Reconstruyen el gran shul de Bilgoray, el shtetl de Bashevis Singer, (En Yiddish)

Por:
- - Visto 621 veces

דאָס פּוילישע שטעטל בילגאָרײַ איז הײַנט באַקאַנט, דער עיקר, ווי די היימשטאָט פֿונעם ייִדישן שרײַבער און נאָבעל־לאַורעאַט יצחק באַשעוויס זינגער. ער איז ניט געבוירן געוואָרן דאָרטן, נאָר אין לענטשין, און ער האָט פֿאַרבראַכט די קינדער־יאָרן אין וואַרשע. אָבער עטלעכע יאָר בײַם סוף פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה האָט באַשעוויס פֿאַרבראַכט אין בילאָגרײַ, וואָס יענע תּקופֿה האָט זיך אַרויסגעוויזן ווי אַ וויכטיקע פֿאַר זײַן קינסטלערישער אַנטוויקלונג.

באַשעוויסעס זיידע איז געווען דער בילגאָרײַער רבֿ און דאָס אַלטמאָדישע שטעטל האָט ביז דעמאָלט אויפֿגעהיט די אַלטע, כּמעט מיטל־עלטערישע ייִדישע קולטור פֿון אַ מאָל, מיט אַלע זאַבאַבאָנעס און שדים, וואָס האָבן דערנאָך געשפּילט אַ ראָלע אין באַשעוויסעס דערציילונגען. אויף יענע יאָרן איז באַזירט זײַן באַקאַנטער (און אפֿשר זײַן בעסטער) ראָמאַן „דער שׂטן אין גאָרײַ‟, וואָס קומט פֿאָר אין אַ דאָרף לעבן בילגאָרײַ אין דער צײַט פֿון שבתי־צבֿי.

פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה האָבן אין בילגאָרײַ געוווינט איבער פֿינף טויזנט ייִדן, מער ווי 60% פֿון דער באַפֿעלקערונג. פֿינף הונדערט משפּחות האָבן פֿאַרן חורבן באַוויזן צו אַנטלויפֿן אין ראַטן־פֿאַרבאַנד, אָבער זיי האָבן זיך קיין מאָל ניט אומגעקערט אַהיים. הײַנט זײַנען בכלל ניטאָ קיין ייִדן אין בילגאָרײַ.


פֿון דעסטוועגן, קען דאָס שטעטל זיך גרייסן מיט עטלעכע שיינע ייִדישע מאָנומענטן. דער פּענסיאָנירטער סוחר טאַדעוש קוזשמינסקי — אַליין ניט קיין ייִד — האָט זיך איין מאָל אויפֿגעכאַפּט פֿון שלאָף אין מיטן דער נאַכט מיט אַ פּלאַן: ווידער אויפֿצובויען דאָס אַלטע שטעטל מיט די הילצערנע הײַזער און מיט דער אַלטער שיל אין מיטן, אַזוי ווי ס’איז געווען פֿאַר דער מלחמה. איצט, יאָרן שפּעטער, האַלט ער טאַקע אין רעאַליזירן זײַן חלום.

איין הילצערן הויז, וואָס קוזשמינסקי האָט רעקאָנסטרויִרט אויפֿן סמך פֿון אַן אַלטער פֿאָטאָגראַפֿיע, האָט געהערט צו באַשעוויסעס זיידן, דעם רבֿ. דאָרט האָט זיך סוף אַפּריל געעפֿנט אַ נײַער באַשעוויס־מוזיי — דער ערשטער אויף דער וועלט!

איצט פֿאַרענדיקט מען אויך די אַרבעט אויפֿצובויען די גרויסע הילצערנע שיל אין מיטן שטאָט. פֿאַר דער מלחמה זײַנען געווען אין מיזרח־אייראָפּע אַן ערך צוויי הונדערט הילצערנע שילן אַזעלכע, וואָס עטלעכע האָבן געשטאַמט אַזש פֿונעם 17טן יאָרהונדערט. בלויז געציילטע האָבן איבערגעלעבט די מלחמה. די נײַע בילגאָרײַער שיל איז געבויט לויטן פּלאַן פֿון דער באַרימטער גרויסער שיל פֿון וואָלפּ (וואָס געפֿינט זיך הײַנט אין בעלאַרוס), וואָס מע האָט פֿאַררעכנט ווי די סאַמע שענסטע.

קוזשמינסקי שאַפֿט געלט, כּדי צו באַמאָלן די סטעליעס מיט שיינע בילדער, אַזוי ווי ס׳איז געווען דער שטייגער אין די אַלטע הילצערנע שילן. עס וועט ניט זײַן קיין אָרט צום דאַווענען, נאָר סתּם אַ היסטאָרישער מאָנומענט, וואָס זאָל דערמאָנען די באַזוכער אין פּוילנס גרויסן ייִדישן עבֿר.

קוזשמינסקי פּלאַנירט אויך צו בויען אַ מעטשעט ניט ווײַט פֿון דער שיל — לכּבֿוד די מוסולמענישע טאָטערן, וואָס האָבן אַ מאָל געלעבט אין בילגאָרײַ. די מערסטע טאָטערן האָבן זיך צו ביסלעך „געשמדט‟ אויף קאַטאָליקן, און זייער מעטשעט איז צעשטערט געוואָרן נאָך אין 19טן יאָרהונדערט. ס׳איז אָבער פֿאַרבליבן אַ געמעל פֿונעם אַמאָליקן מעטשעט, וואָס וועט העלפֿן קוזשמינסקיס אַרכיטעקטן עס צו רעקאָנסטרויִרן.

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/197422/a-great-synagogue-without-jews/#ixzz4CHsghGND

Deja tu Comentario

A fin de garantizar un intercambio de opiniones respetuoso e interesante, DiarioJudio.com se reserva el derecho a eliminar todos aquellos comentarios que puedan ser considerados difamatorios, vejatorios, insultantes, injuriantes o contrarios a las leyes a estas condiciones. Los comentarios no reflejan la opinión de DiarioJudio.com, sino la de los internautas, y son ellos los únicos responsables de las opiniones vertidas. No se admitirán comentarios con contenido racista, sexista, homófobo, discriminatorio por identidad de género o que insulten a las personas por su nacionalidad, sexo, religión, edad o cualquier tipo de discapacidad física o mental.


El tamaño máximo de subida de archivos: 300 MB. Puedes subir: imagen, audio, vídeo, documento, hoja de cálculo, interactivo, texto, archivo, código, otra. Los enlaces a YouTube, Facebook, Twitter y otros servicios insertados en el texto del comentario se incrustarán automáticamente. Suelta el archivo aquí

Artículos Relacionados: