עטלעכע צענדליקער רעזערוויסטן פֿונעם אויסשפּיר־אָפּטייל בײַ דער ישׂראלדיקער אַרמיי האָבן געגעבן אַ שבֿועה נישט צו זאַמלען מער קיין אינפֿאָרמאַציע וועגן די פּאַלעסטינער. 43 רעזערוויסטן, אַרײַנגערעכנט 10 אָפֿיצירן פֿונעם ספּעציעלן אָפּטייל נומער 8200, וואָס פֿאַרנעמט זיך מיטן אויסשפּירן און דעשיפֿרירן די קאָמוניקאַציע־קאַנאַלן, האָבן דאָס דערקלערט אין אַ בריוו צום פּרעמיער־מיניסטער, בנימין נתניהו. פֿרײַטיק, דעם 12טן סעפּטעמבער, האָט דער אַרמיי־ראַדיאָ איבערגעגעבן, אַז דער בריוו איז אויך אַדרעסירט געוואָרן דעם הויפּט פֿונעם שטאַב, בני גאַנץ, און אָבֿיבֿ כּוכבֿי, דער פֿאַרוואַלטער פֿונעם אויסשפּיר־דירעקטאָראַט.

די מחברים האָבן געטענהט, אַז די ישׂראלדיקע אויסשפּיר־דינסטן שפּיאָנירן איבער די אומשולדיקע פּאַלעסטינער און זאַמלען די שעדלעכע ידיעות וועגן זיי, וואָס ווערן באַנוצט פֿאַר פּאָליטישע רדיפֿות. די מיליטער־לײַט האָבן דערקלערט, אַז זייער געוויסן לאָזט זיי מער נישט צו באַדינען אַ סיסטעם, וואָס מישט זיך אַרײַן אין ס׳רובֿ ספֿערעס פֿונעם פּריוואַטן לעבן פֿון די פּאַלעסטינער, נישט מאַכנדיק קיין חילוק צווישן די פֿאַרדעכטיקטע טעראָריסטן און צופֿעליקע ציווילע לײַט.

איינער פֿון די, וואָס האָבן אונטערגעשריבן דעם בריוו, אַ רעזערוו־קאַפּיטאַן, וואָס דער אַרמיי־ראַדיאָ האָט נישט מפֿרסם געווען זײַן נאָמען, האָט דערקלערט, אַז ווען מ׳האָט אים אײַנגעשלאָסן אינעם אָפּטייל נומער 8200 מיט איבער אַ צענדליק יאָר צוריק, האָט ער געמיינט, אַז ער וועט אויספֿירן אַ וויכטיקע אויפֿגאַבע לטובֿת דער זיכערהייט פֿון זײַן לאַנד. הײַנט זעט ער אָבער, אַז דער עיקר־צוועק פֿונעם דאָזיקן אָפּטייל איז נישט צו באַשיצן די געזעלשאַפֿט, נאָר „צו געוועלטיקן איבער אַן אַנדער פֿאָלק, צו פֿאַרשפּרייטן די קאָנפֿליקטן אין דער פּאַלעסטינער געזעלשאַפֿט, און קאַליע צו מאַכן די פּאַלעסטינער פּאָליטיק‟.

ווען דער ראַדיאָ האָט אים געפֿרעגט, וואָס פֿאַר אַ געשעענישן האָט געבראַכט די מחברים צו דעם געדאַנק אונטערצושרײַבן אַזאַ בריוו, האָט דער קאַפּיטאַן געענטפֿערט, אַז דאָס איז געווען אַ רעזולטאַט פֿון אַ פּערזענלעכן פּראָצעס. יעדער פֿון דער גרופּע איז געקומען צו דעם זעלבן אויספֿיר; שפּעטער, האָבן זיי באַשלאָסן אָנצושרײַבן אַ קאָלעקטיוון בריוו.

דער אינטערוויויִרטער האָט נישט געוואָלט, צוליב זיכערהייט־זאָרגן, ברענגען קאָנקרעטע בײַשפּילן פֿון דער טעטיקייט, וואָס ווײַזן אָן, לויט זײַן מיינונג, אַז די עיקר־טעטיקייט פֿונעם אָפּטייל האָט ווייניק צו טאָן מיט שוץ־ענינים. דער קאַפּיטאַן האָט צוגעגעבן, אַז דער באַשלוס איז נישט אַ פּאָליטישע פּראָטעסט־אַקציע, נאָר האָט צו טאָן מיטן געוויסן. אויב דער אָפּטייל וועט דערלאָזן די מיליטער־לײַט צו באַהאַנדלען עכטע שוץ־פּראָבלעמען, אַנשטאָט צו שפּיאָנירן נאָך דער ציווילער באַפֿעלקערונג, וועלן די מחברים פֿונעם בריוו מסכּים זײַן זיך אומצוקערן צו זייער דינסט.

Diario Judío México - Read more: http://yiddish.forward.com/articles/181520/intelligence-reservists-vow-to-stop-spying-on-pale/#ixzz3DnjuJkXJ

Las opiniones expresadas aquí representan el punto de vista particular de nuestros periodistas, columnistas y colaboradores y/o agencias informativas y no representan en modo alguno la opinión de diariojudio.com y sus directivos. Si usted difiere con los conceptos vertidos por el autor, puede expresar su opinión enviando su comentario.

SIN COMENTARIOS

Deja tu Comentario

Artículo anterior50 años del Museo Nacional de Antropología en 25 datos
Artículo siguienteRosh HaShaná: ¡Todo lo que necesitas saber!
Noticias, Reportajes, Cobertura de Eventos por nuestro staff editorial, así como artículos recibidos por la redacción para ser republicados en este medio.