Sociedad entre el YIVO y el Museo de la Historia de los Judíos Polacos

Por:
- - Visto 426 veces

Estas dos organizaciones se han unido para llevar a cabo una serie de interesantes actividades culturales en Yiddish, tanto en Estados Unidos como en Polonia.

Maya Ajzen

יענע וואָך האָבן צוויי אינסטיטוציעס וואָס פֿאַרנעמען זיך מיט דער געשיכטע און  קולטור פֿון פּוילישע ייִדן, געקומען צו אַ הסכּם וועגן ווײַטערדיקער מיטאַרבעט.  אַן אָפּמאַך צווישן דעם “ייִדישן וויסנשאַפֿטלעכן אינסטיטוט — ייִוואָ” און דעם  “מוזיי פֿאַר דער געשיכטע פֿון פּוילישע ייִדן” אין וואַרשע וועט שטיצן און  פֿאַרשפּרייטן אַן אַלגעמיין קענטעניש פֿון דער פּויליש־ייִדישער געשיכטע און  קולטור דורך נאָוואַטאָרישע אויסבײַט־ און עפֿנטלעכע  דערציִונג־פּראָגראַמען.


געשאַפֿן אין 1925 אין ווילנע, האָט דער ייִוואָ  אָנגעזאַמלט די גרעסטע אין דער וועלט היסטאָריש־וויכטיקטיסע מאַטעריאַלן אין שײַכות  מיטן מיזרח־אייראָפּעיִשן און רוסיש־ייִדישן לעבן פֿאַר און בעתן חורבן. אין 1940  האָט דער ייִוואָ זיך אַריבערגעפֿלאַנצט אין ניו־יאָרק און זײַן עולם איז געוואָרן  די אַמעריקאַנער באַפֿעלקערונג. איצט וועט ייִוואָ דערמעגלעכן דעם צוטריט צו זײַנע  אוצרות אין מיזרח־אייראָפּע דורך נײַע פּראָגאַמען און פּראָיעקטן צוזאַמען מיטן  “מוזיי פֿאַר דער געשיכטע פֿון פּוילישע ייִדן” אין וואַרשע. דער “מוזיי פֿאַר דער  געשיכטע פֿון פּוילישע ייִדן” וועט זיך עפֿענען אין 2013.

דער אָפּמאַך צווישן  די צוויי אינסטיטוציעס איז דער ערשטער פֿון אַזאַ מין פֿאַר ביידע. דער מוזיי איז  געגרינדעט געוואָרן פֿון דער “אַסאָציאַיע פֿונעם ייִדישן היסטאָרישן אינסטיטוט  פֿון פּוילן”, דעם פּוילישן מיניסטעריום פֿון קולטור און נאַציאָנאַלער ירושה און  דער שטאָט וואַרשע. מע דערוואַרט, אַז אַ האַלב מיליאָן באַזוכער וועלן קומען יעדעס  יאָר צו זען די אויסשטעלונגען און זיך באַטייליקן אין די אַקטיוויטעטן וואָס  דאַרפֿן “מוטיקן דרך־ארץ פֿאַר דער ייִדישער ציוויליזאַציע.”

ד״ר יונתן ברענט,  דער עקזעקוטיוו־דירעקטאָר פֿון ייִוואָ האָט געזאָגט, אַז דער אָפּמאַך “מערקט אָפּ  דעם אָנהייב פֿון אַ וויכטיקער נײַער סטאַדיע פֿון אַ פֿאַרבינדונג און אַ  ווידער־פֿאַרבינדונג מיטן היימלאַנד פֿון ייִוואָ אין מיזרח־אייראָפּע. מיר קוקן  אַרויס אויפֿצובויען אונדזערע היסטאָרישע בריקן מיט פּוילן און פּוילישע ייִדן דורך  אויסטשטעלונגען, פֿאָרשונג און קולטורעלע אויסבײַטן”.

אַנדריי צודאַק, דער  צײַטווײַליקער דירעקטאָר פֿונעם “מוזיי פֿאַר דער געשיכטע פֿון פּוילישע ייִדן”  האָט געזאָגט, אַז דער מוזיי “ברענגט צוריק מיט שטאָלץ די ייִוואָ־רעסורסן צו זײַן  ׳אַלטער היים׳, צום ערשטן מאָל אין 70 יאָר. ביידע אינסטיטוציעס האָבן דעם זעלביקן  ציל צו פֿאַרהיטן די טויזנט־יאָריקע געשיכטע פֿון צענטראַל־ און  מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן און צו דערציִען די ווײַטערדיקע דורות”.

די  פּראָגראַם־דירעקטאָרין פֿון דער הויפּט־אויסשטעלונג פֿונעם מוזיי, פּראָפֿ׳  ברײַנדל קירשענבלאַט־גימבלעט, איז דאָנערשטיק געקומען אין דער  “פֿאָרווערטס”־רעדאַקציע צו באַטאָנען די וויכטיקייט פֿון דעם אָפּמאַך. זי האָט  אונדז דערמאָנט, אַז דער מוזיי וועט זיך פֿאַרנעמען נישט בלויז מיט די ייִדן אין  פּוילן, נאָר אויך מיט פּוילישע ייִדן איבער דער וועלט. מיר קוקן אַרויס אויף די  ווײַטערדיקע בשותּפֿותדיקע פּלענער פֿון ביידע אינסטיטוציעס.

Fuente: http://yiddish2.forward.com/node/4760#ixzz2tdBAGWkM

Acerca de Central de Noticias Diario Judío

Noticias, Reportajes, Cobertura de Eventos por nuestro staff editorial, así como artículos recibidos por la redacción para ser republicados en este medio.

1 comentario en «Sociedad entre el YIVO y el Museo de la Historia de los Judíos Polacos»

Deja tu Comentario

A fin de garantizar un intercambio de opiniones respetuoso e interesante, DiarioJudio.com se reserva el derecho a eliminar todos aquellos comentarios que puedan ser considerados difamatorios, vejatorios, insultantes, injuriantes o contrarios a las leyes a estas condiciones. Los comentarios no reflejan la opinión de DiarioJudio.com, sino la de los internautas, y son ellos los únicos responsables de las opiniones vertidas. No se admitirán comentarios con contenido racista, sexista, homófobo, discriminatorio por identidad de género o que insulten a las personas por su nacionalidad, sexo, religión, edad o cualquier tipo de discapacidad física o mental.


El tamaño máximo de subida de archivos: 300 MB. Puedes subir: imagen, audio, vídeo, documento, hoja de cálculo, interactivo, texto, archivo, código, otra. Los enlaces a YouTube, Facebook, Twitter y otros servicios insertados en el texto del comentario se incrustarán automáticamente. Suelta el archivo aquí

Artículos Relacionados: