Subastan en Polonia el reporte oficial alemán que documenta el asesinato de 1 millón de judíos polacos en 1942

Por:
- - Visto 696 veces

פּוילישע אַרכעאָלאָגן הייבן אָן צו זוכן דעם אַרכיוו פֿון „בונד‟ אינעם  קראַשינסקי גאָרטן, וואַרשע.

פֿאַר דער מלחמה איז דאָרט געווען אַ גאַס. די אַרכעאָלאָגן האָבן שוין דאָרט  אַנטדעקט רעשטלעך פֿון דירות, און אין עטלעכע פֿון זיי איז נאָך געבליבן עסוואַרג —  קאַשע און ברויט. די אַרכעאָלאָגן האַלטן, אַז דאָס איז אַ סימן, אַז די  אײַנוווינער האָבן פֿאַרלאָזט די דירות אין אײַלעניש, אפֿשר אין מיטן עסן.

אין אָט דער געגנט איז געווען אַ בנין, וווּ דער „בונד‟ האָט געהאַט זײַן  אַרכיוו.


די אַרבעט גייט אָן זייער פּאַמעלעך. אַלץ ווערט אויסגעגראָבן מיט די הענט. די  אַרכעאָלאָגן פּראָבירן ראַטעווען וואָס מער אָביעקטן. זיי האָבן שוין אויסגעגראָבן  נאָדלען, שער, שטאָף — אַ סימן, אַז דאָרט איז מסתּמא געווען אַ  שנײַדער־וואַרשטאַט. אַלץ איז געבליבן ליגן ווי אין מיטן דער אַרבעט. מסתּמא זענען  די אַרבעטער אַנטלאָפֿן אָדער מען האָט זיי מיט גוואַלד אַוועקגעפֿירט.

דערווײַל האָט מען קיין שום דאָקומענטן נישט אַנטדעקט. סע קען אַפֿילו זײַן, אַז  דער אַרכיוו איז פֿאַרברענט געוואָרן נאָך אין יאָר 1943.

זביגניעוו פּאָלאַק, דער אַרכעאָלאָג וואָס פֿירט אָן מיט דער אַרבעט האָפֿט,  אַז מען קען עס נאָך געפֿינען.

HOTEL DROUOT אין פּאַריז האָט סוף־נאָוועמבער געהאַלטן אַ ליציטאַציע — די גאַנצע  ביבילאָטעק פֿונעם אמאָליקן פֿראַנצויזישן פּרעמיער דאָמיניק דע ווילפּען איז  פֿאַרקויפֿט געוואָרן פֿאַר כּמעט דרײַ מיליאָן אייראָ נישט בלויז ביכער, נאָר  פֿאַרשיידענע פּאָליטישע דאָקומענטן זענען פֿאַרקויפֿט געוואָרן, צווישן זיי דער  „קאַרסקי־באַריכט‟, וואָס איז אַ העפֿט פֿון זעכצן זײַטן מיטן טיטל MASS  EXTERMINATION OF JEWS IN GERMAN OCCUPIED POLAND.

דער דאָקומענט איז אַרויסגעגעבן געוואָרן פֿון דער פּוילישער רעגירונג אין  לאָנדאָן אויפֿן סמך פֿון דעם עדות יאַן קאַרסקי, אין יאָר 1942. דער דאָקומענט  באַשטעטיקט, אַז אין 1942 זענען אַ מיליאָן ייִדן שוין פֿאַרטיליקט געוואָרן דורך  די דײַטשן אין פּוילן.

דער דאָקומענט וואָס אַן אומבאַקאַנטער האָט געקויפֿט אויף דער פּאַריזער  ליציטאַציע, איז נישט קיין אוניקום. פֿאַרקערט, דער פּוילישער אויסער־מיניסטעריום  האָט אים נאָך אין 1942 קאָפּירט און אַרויסגעשיקט אין טויזנטער עקזעמפּלאַרן.

די קאָפּיע וואָס איז פֿאַרקויפֿט געוואָרן, איז טשיקאַווע צוליב דעם, וואָס זי  איז אָנגענומען געוואָרן און איז נאָטירט געוואָרן דורך דעם אַזוי־גערופֿענעם  LIBRARY OF CONGRESs, וואָס איז דער צענטראַלער אַרכיוו פֿון די פֿאַראייניקטע  שטאַטן.

אין 1942 איז יאַן קאַרסקי אַרויס פֿון פּוילן מיטן ציל צו אינפֿאָרמירן די  מערבֿ-לענדער וועגן דער פֿאַרטיליקונג פֿון די פּוילישע ייִדן, דורך די דײַטשן.

קאַרסקי האָט זיך אַפֿילו געטראָפֿן מיטן אַמעריקאַנער פּרעזידענט רוזוועלט,  אָבער זײַן אַפּעל צו טאָן עפּעס, כּדי צו ראַטעווען די אייראָפּעיִשע ייִדן, איז  געפֿאַלן אויף טויבע אויערן. רוזוועלט האָט קיין שום פֿראַגעס נישט געשטעלט, וואָס  שייך דעם מצבֿ פֿון די ייִדן אין פּוילן. ער האָט יאָ געשטעלט קאַרסקין אַ פֿראַגע  וועגן דעם מצבֿ פֿון פֿערד אינעם באַזעצטן לאַנד.

אינעם קלאָד לאַנצמאַנס פֿילם „שואה‟ דערציילט קאַרסקי צווישן אַנדערע וועגן  זײַן באַגעגעניש מיט פֿעליקס פֿראַנקפֿורטער, דער ריכטער פֿונעם אַמעריקאַנער  העכסטן געריכט און אַ באַוווּסטער ייִדישער כּלל־טוער. פֿראַנקפֿורטער האָט  אויסגעהערט אַלץ וואָס קאַרסקי האָט אים דערציילט וועגן דעם שרעקלעכן מצבֿ פֿון די  ייִדן אין וואַרשעווער געטאָ, וואָס ער האָט געזען מיט די אייגענע אויגן און וועגן  דער דעפּאָרטאַציע פֿון דער געטאָ, און פֿאַרטיליקונג פֿון די ייִדן אין די  טויט־לאַגערן. פֿראַנקפֿורטער האָט אים געענטפֿערט, אַז ער גלייבט אים נישט. ווען  דער פּוילישער אַמבאַסאַדאָר, וואָס איז געווען דערבײַ האָט פּראָטעסטירט און  פֿאַרזיכערט פֿראַנקפֿורטער, אַז קאַרסקי זאָגט דעם אמת, האָט זיך פֿראַנקפֿורטער  געחכמהט און געענטפֿערט, אַז ער האָט נישט געזאָגט, אַז קאַרסקי איז אַ ליגנער. „סע  קען זײַן, אַז ער זאָגט דעם אמת, נאָר ער, פֿעליקס פֿראַנקפֿורטער, גלייבט אים  נישט.‟

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/174733/news-from-warsaw/#ixzz2nsFMGmJv

Acerca de Central de Noticias Diario Judío

Noticias, Reportajes, Cobertura de Eventos por nuestro staff editorial, así como artículos recibidos por la redacción para ser republicados en este medio.

3 comentarios en «Subastan en Polonia el reporte oficial alemán que documenta el asesinato de 1 millón de judíos polacos en 1942»
  1. Es denigrante el odio racial que tienen contra el pueblo judío conflictos de economía de petróleo he intereses políticos todos somos iguales sentimos pensamos tenemos hijos nos duele que sufran lo único que nos diferencia es el egoísmo que rendimos culto en varios modos y aún cuando oramos pedimos el pan nuestro nunca pedimos pan para todos recapacitemos sólo hay un sólo Dios y un sólo creador del hombre por lo que no hará acepción de persona

    Responder
  2. No quiero sentir odio,porque es enfermante.Bastante ya tienen ellos los nazis y todo antisemita que vaga por el mundo. Ya tienen su alma y su sangre bastante putrefacta.
     

    Responder

Deja tu Comentario

A fin de garantizar un intercambio de opiniones respetuoso e interesante, DiarioJudio.com se reserva el derecho a eliminar todos aquellos comentarios que puedan ser considerados difamatorios, vejatorios, insultantes, injuriantes o contrarios a las leyes a estas condiciones. Los comentarios no reflejan la opinión de DiarioJudio.com, sino la de los internautas, y son ellos los únicos responsables de las opiniones vertidas. No se admitirán comentarios con contenido racista, sexista, homófobo, discriminatorio por identidad de género o que insulten a las personas por su nacionalidad, sexo, religión, edad o cualquier tipo de discapacidad física o mental.


El tamaño máximo de subida de archivos: 300 MB. Puedes subir: imagen, audio, vídeo, documento, hoja de cálculo, interactivo, texto, archivo, código, otra. Los enlaces a YouTube, Facebook, Twitter y otros servicios insertados en el texto del comentario se incrustarán automáticamente. Suelta el archivo aquí

Artículos Relacionados: