קײן נס װעט נישט געשען

Por:
- - Visto 279 veces

דאָס לבֿנונישע דאָרף קאַנאַ איז נישט יענער קאַנאַ װוּ יעזוס האָט, לויט דער קריסטלעכער מיטאָלאָגיע מקיים געװען דעם נס פון פאַרװאַנדלען װאַסער אין װײַן. דאָס באַרימטע דאָרף פון דעם קריסטלעכן נײַעם טעסטאַמענט געפינט זיך אין גליל. דאָך מעג מען זיך לאָזן אויף די פליגלען פון דעם מעטאַפֿאָר און באשטימען, אַז דאָס בלוט װאָס איז געװאָרן פאַרגאָסן אין דעם לבֿנונישן דאָרף אַזוי װי דאָס װאַסער אין דעם דאָרף אין גליל װאָס טראָגט דעם זעלבן נאָמען – װעט אויך אַדורכמאַכן די זעלבע מעטאַמאָרפאָזע.

אָבער מיט אונדז, אין קעגנזאַץ צו דער מעשה פון די הייליקע ביכער, װעט קיין שום נס נישט געשען. עס איז קלאָר װי דערטאָג װאָס פאַר אַ ראָל עס װערט אונדז צוגעטיילט אין דעם דאָזיקן מיטאָס. פאַר אונדז, װײניקסטנס, װעט קאַנאַ סימבאָליזירן די קורצהענטי-קייט און די קורצזעעװדיקייט. דאָס דאָרף קאַנאַ װעט סימבאָליזירן די טעותן און די דורכפאַלן װאָס מען האָט געקענט פאָרױסזען אויך אָן צו זײַן אַ נביא.

מיר זענען געװען און זענען װײַטער אַראָגאַנטיש פאַרריסן און היציק, װען מיר האָבן גרינגגעשעצט, ערשט מיט אַ יאָר צוריק, די סירישע סיגנאַלן און אָנדײַטונגען. װאָס װאָלט אונדז געשאַדט אַרײַנצו-טרעטן אין דעם פּראָצעס פון דעררעדן זיך מיט דער דערשלאָגענער סיריע װעלכע לעכצט נאָך אַן אָנשפּאַר, און אונטערשנײַדן די צװײַג, אויף װעלכער עס זיצט נאַסראַללאַ? דאָס קינדערשע האַלטן זיך בײַ דער צװײפלהאַפטער אַדזשענדע פון די אַמעריקאַנער איז מסוכּנדיק, און אויך דאָס דרינגט אַרויס פון דער שער, װאָס ברייטערט זיך אויס צװישן דער װאַקלדיקער פּאָליטישער אָנפירערשאַפט און אונדזער מלוכישער אויסטויגעװדיקייט.


מע קען אָבער נישט אָפּלײקענען, אַז די דאָזיקע מלחמה איז געװען אַן אומגעװײנלעכע מציאה. עס האָבן זיך געאײַלט צו איר דער עיקר די אָנהענגערס פון לינקס, און ס’איז נישט קיין װוּנדער. סוף-כּל-סוף איז זיי אונטערגעקומען אַ גערעכטע מלחמה, די געראָטענע פרוכט פון דעם צוריקטריט פון לבֿנון. סוף כל סוף קאָן מען זײַן פּאַטריאָטן. עס איז קלאָר אַז דאָס איז אַ גערעכטע מלחמה, אַ מלחמה פון אויפשטיין קעגן דעם אָנפאַלער – אָבער װוּ איז די צוים פון אָט דער מלחמה? צי װילסטו זײַן אַ גערעכטער, אָדער א חכם?

מיר האָבן גרינגגעשאַצט די סיריער. מיר האָבן געזאָגט אַז זײ זענען שװאַך, און זײ טאַפּן פון שװאַכקייט. אָבער װוּ איז גענוי אונדזער כּוֹח? די פּאָזיציע פון כּוֹח, װאָס פון איר דרינגט אַרויס דער דאָזיקער זילזול, האָט זיך אויסגעלאָזט אין אָט דער מלחמה.

דאָס זעלבע איז אויך נוגע דעם צװײטן פראָנט אין װעלכן מיר האָבן זיך פאַרפּלאָנטערט. ס’איז אמת אַז מיר זענען אַרײַן אין דער מלחמה אין עזה אונטערן האָגל פון די “קאַסאַמען”, אָבער נישט מיטן אַבסאָלוטן געפיל פון צדק אַזוי װי צו דעם קאַמף קעגן דעם פּאַלעסטינישן אויפשטאַנד נאָך דעם װי מיר האָבן זײ פאָרגעלייגט הימל און ערד אין קעמפּ דייװיד. עס איז שוין פאַרגעסן געװאָרן דער פאַקט, אַז מיר זענען דערגאַנגען צו דעם צוזאַמענשטויס מיט דער נײַער אינסטאַנץ נאָך דעם װי מיר האָבן אָפּגעשטויסן מיט עקל די דערקלערונגען פון איסמאַיל העניאַ צומאָר-גנס נאָך זײַן אויסװײל, װאָס האָבן װײניקסטנס סיגנאַ-ליזירט אַז ער איז פאַראינטערעסירט אין גײן צו אַ רעגולירונג, אַפילו װען נאָר אַ באַגרענעצטע און אַ דערװײליקע.

דער זעלבער פאַרהײליקטער סלאָגאַן, דער אול-טימאַטיװער שטײַער, װעלכן מיר האָבן כּלוֹמרשט באַצאָלט פאַר דעם שלום – פֿאַר דער פאַרטעמפּטער טיפּשות װאָס מען רופֿט זי “די אָפּשיידונג”, צי “די אײַנשליסונג” – האָט צונישט געמאַכט אַלע טענות און איז געװאָרן די מוטער פון אַלע תּירוצים. אַזוי װי מיט די סיריער, האָבן מיר איצט זיך אײַנ-גערעדט אויסצופּרובירן יענעמס האַרץ און לעבער. אַזוי װי אַלעמאָל שטעלן מיר זיך אַרויס צו זײַן די גרויסע אנאַליטיקערס פון יענעמס פֿאַרבאַהאַלטענע כּװנות, פֿון די קאָנספּיראַציעס, װאָס זענען פאַר-שטעקט הינטער די רײד. נאָר מיר זענען די װאָס זאָגן װאָס מיר מײנען. אָבער פון גרויסן אָפּהיטן די זויבערע כװנות, װאָס מיר פאַרטיידיקן מיט פלאַם פונעם האַרץ, פאַרגיסן מיר אומזיסט בלוט און זייען פאַרװיסטונג. אָן געװאַגטע, אָריגינעלע, װײַטגייענדיקע איניציאַטיװן – אָדער אַפילו װער עס זאָל זיך אָפּרופן אויף זײ – װעלן מיר נישט זוכה זײַן אין אָט דער מלחמה אַפֿילו צו קיין פּירוס-נצחון.

איל מגד

(” הארץ “, 13.8.2006)
דער מחבּר פון דעם אַרטיקל איז דער זון פון דעם
שרײַבער אהרן מגד און אַלײן אויך אַ שרײַבער.
דאָס אַרטיקל איז געשריבן געװאָרן אין מיטן דער צװײטער לבּנונישער מלחמה.

Acerca de Central de Noticias Diario Judío

Noticias, Reportajes, Cobertura de Eventos por nuestro staff editorial, así como artículos recibidos por la redacción para ser republicados en este medio.

Deja tu Comentario

A fin de garantizar un intercambio de opiniones respetuoso e interesante, DiarioJudio.com se reserva el derecho a eliminar todos aquellos comentarios que puedan ser considerados difamatorios, vejatorios, insultantes, injuriantes o contrarios a las leyes a estas condiciones. Los comentarios no reflejan la opinión de DiarioJudio.com, sino la de los internautas, y son ellos los únicos responsables de las opiniones vertidas. No se admitirán comentarios con contenido racista, sexista, homófobo, discriminatorio por identidad de género o que insulten a las personas por su nacionalidad, sexo, religión, edad o cualquier tipo de discapacidad física o mental.


El tamaño máximo de subida de archivos: 300 MB. Puedes subir: imagen, audio, vídeo, documento, hoja de cálculo, interactivo, texto, archivo, código, otra. Los enlaces a YouTube, Facebook, Twitter y otros servicios insertados en el texto del comentario se incrustarán automáticamente. Suelta el archivo aquí

Artículos Relacionados: