ווען מע גייט אַרײַן אין דער קראָם Economy Candy („נישט־טײַערע קאָנפֿעקטלעך‟), וואָס געפֿינט זיך אינעם נידער־מיזרחדיקן ראַיאָן פֿון מאַנהעטן, ווערט מען צעמישט צוליב דעם גרויסן אויסוואַל פֿון דער סחורה. וואָס זאָל מען פֿאַרזוכן: אַ שאָקאָלאַד־העזל, פּסחדיקע כּשרע זשעלע־רינגלעך צי עפּעס אַנדערש? בסך־הכּל, לייגט די קראָם פֿאָר מער ווי 2,000 מינים קאָנפֿעקטלעך.

אַ סך אַנדערע באַקאַנטע אַמאָליקע געשעפֿטן האָבן שוין לאַנג צוריק פֿאַרלאָזט דעם קוואַרטאַל. מיטשעל כּהן, דער בעל־הבית פֿון דער קראָם, וועלכער האָט זי געירשנט מיט צוויי יאָר צוריק פֿונעם טאַטן, ווען ער איז ניפֿטר געוואָרן, וויל אָבער דווקא בלײַבן אויף דער דרום־מיזרחדיקער זײַט פֿון דער שטאָט. יעדן זונטיק, אויב ער האָט זיך נישט געלערנט אין דער ייִדישער שול, האָט ער געהאָלפֿן די טאַטע־מאַמע צו פֿאַרקויפֿן די זיסע סחורה. הײַנט, ווען ער האָט פֿאַרלאָזט אַ חשובֿע פּאָזיציע אין אַ גרויסן באַנק און האָט זיך פֿאַרנומען מיטן געשעפֿט, קלינגען אים כּסדר מענטשן, וואָס ווילן קויפֿן דעם בנין. דער 29־יאָריקער בעל־הבית דערקלערט זיי כּסדר, אַז די קראָם איז אַ טייל פֿונעם ראַיאָן און וועט דאָרטן ווײַטער שטיין.

משה כּהן, דער זיידע פֿונעם הײַנטיקן יונגן בעל־הבית, האָט געעפֿנט די קראָם אין 1937. בײַם אָנהייב, האָט מען דאָרטן אינעווייניק פֿאַרראָכטן די שיך, און אין דרויסן — פֿאַרקויפֿט צוקערלעך און טרוקענע פֿרוכטן. די משפּחה איז געקומען קיין אַמעריקע פֿון גריכנלאַנד. ווען דער זיידע האָט זיך אומגעקערט נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה, בעת וועלכער ער האָט געדינט אין דער אַמעריקאַנער אַרמיי, האָט ער בשותּפֿות מיטן איידעם געעפֿנט דאָס געוועלב פֿון ס׳נײַ און אויסגעקליבן דעם איצטיקן נאָמען.

בײַם אָנהייב, האָט די משפּחה געוווינט אויפֿן דריטן שטאָק פֿונעם בנין. הײַנט פֿאַרנעמט די קראָם אַלע דרײַ שטאָקן. אויבן געפֿינט זיך אַ סקלאַד און אַ צענטער פֿאַר אינטערנעץ־באַשטעלונגען. דער ערשטער שטאָק, מיט אומצאָליקע קאָנפֿעקטלעך מכּל־המינים און פֿון אַלע מעגלעכע קאָלירן, דערמאָנט אין די אַמאָליקע צײַטן, ווען אינעם ראַיאָן האָט געבליט אַ גרויסע ייִדישע קהילה. מיטשעל כּהן האָט איבערגעגעבן, אַז אין זײַן זיידעס צײַטן זענען אויפֿן זעלבן ראָג געשטאַנען זעקס אָדער זיבן אַנדערע קאָנפֿעקטן־קראָמען, וווּ טויזנטער ייִדישע אימיגראַנטן פֿלעגן קויפֿן די זיסע נאַשערײַען.

הײַנט בלײַבן אינעם דרום־מיזרחדיקן טייל פֿון מאַנהעטן בלויז אייניקע ייִדישע געשעפֿטן. זייערע בעלי־בתּים האָבן נישט קיין משפּחה־פֿאַרבינדונג מיט די אָריגינעלע גרינדער. הגם אינעם קוואַרטאַל וווינען נאָך אַלץ בערך 14,000 ייִדישע משפּחות, זענען ס׳רובֿ הײַנטיקע תּושבֿים כינעזער, פּוערטאָ־ריקאַנער אָדער אַפֿראָ־אַמעריקאַנער. עס טרעפֿן זיך אויך עשירים, וואָס קאָנען זיך דערלויבן צו קויפֿן דאָרטן גאָר טײַערע דירות פֿאַר מיליאָנען דאָלאַר.

אין פֿאַרגלײַך מיט אַ טייל זײַנע ייִדישע קונים, פֿילט נישט כּהן קיין באַזונדערע בענקעניש נאָך יענע נאָסטאַלגישע צײַטן, ווען אין „איסט־סײַד‟ האָט געבליט אויפֿן יעדן ווינקל דאָס ייִדישע לעבן. זײַנע זיידע־באָבע האָבן פֿאַרלאָזט דעם ראַיאָן, ווען דער טאַטע איז נאָך געווען יונג. דער הײַנטיקער בעל־הבית אַליין איז אויפֿגעוואַקסן אין לאָנג־אײַלענד. אין מײַ קלײַבט ער זיך חתונה צו האָבן און האָפֿט, אַז זײַנע קינדער וועלן ממשיך זײַן דעם עסק אינעם קאָנפֿעקטן־געוועלב, הגם אין דער צוקונפֿט וועט די געגנט זיך זיכער ווײַטער בײַטן.

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/186447/-varieties-of-candy/#ixzz3VS3Dt6fQ