“6 millones y uno” (en Yiddish)

Por:
- - Visto 1092 veces

Una reseña y crítica de una película documental que nos relata de 4 hermanos que nacieron y fueron educados en Israel. Ellos se encuentran el diario escrito por su padre en el que relata todo lo que le sucedió durante la Segunda Guerra Mundial en su país nativo, Austria. Ellos sabían que sus padres eran sobrevivientes de la guerra, pero su padre jamás había hablado con ellos de sus vivencias. Al principio solo el mayor de los hijos, David, está interesado en el hallazgo y convence a sus hermanos para que hagan un viaje, recorriendo todos los lugares que el padre describe en su diario. Las reacciones de cada uno ellos son diferentes y nos dan mucho que pensar. La autora critíca y expresa su desilusión ante todo lo que sucede. Es un artículo bien escrito y que capta toda nuestra atención.

Maya Ajzen

וועגן די זעקס מיליאָן דאַרף איך אײַך נישט דערציילן, איר ווייסט עס שוין אַליין. וואָס איך וועל אײַך יאָ דערציילן איז דעם תּמצית פֿונעם דאָקומענטאַרן פֿילם וואָס ווערט געוויזן הײַנט אין מאַנהעטן, אונטערן טיטל “זעקס מיליאָן און איינער,” און דער איינער האָט געהייסן יוסף פֿישער, דער פֿאָטער פֿונעם פֿילם־מאַכער דוד פֿישער.


דער פֿאָטער איז געווען אַן אונגאַרישער ייִד וואָס איז אַדורכגעגאַנגען דאָס גיהנום אויף די אייגענע פּלייצעס און, על־פּי נס, ניצול געוואָרן. געקומען קיין ישׂראל נאָך דער מלחמה, אויפֿגעשטעלט אַ משפּחה, דרײַ זין און אַ טאָכטער, אָפּגעלעבט זײַנע יאָרן אין ליידן און אין פֿריידן און איז אַוועק פֿון דער וועלט. דער ייִד האָט אָבער איבערגעלאָזט אַ ביכל מיט זכרונות פֿון אַלע זײַנע ליידן און יסורים אונטער דעם נאַצי־רעזשים. לויט זײַן זון, דוד פֿישער, קומט אויס אַז קיינער פֿון די קינדער האָט נישט געוווּסט, אַז דער פֿאָטער שרײַבט זײַנע מעמואַרן, וואָס דאָס שטעל איך אויך אונטער אַ גרויסן פֿרעגצייכן. אָבער נישט אין דעם גייט עס דווקא.

דעם דאָקומענטאַרן פֿילם האָט צוגעגרייט דער פֿילם־מאַכער, זון, דוד פֿישער. פֿאַרשטייט זיך אַן ישׂראלי. שוין ווײַט פֿון זײַנע מיידלשע יאָרן, מסתּמא אין די זעכציקער. דאָ האַנדלט זיך אין אַ רײַזע קיין עסטרײַך, נאָכצוגיין אין פֿאָטערס פֿוסטריט איבער די טויטלאַגערן פֿון אוישוויץ ביז עסטרײַך, פֿון וואַנען דער פֿאָטער איז אַרויס קוים־קוים בײַם לעבן.

איז אַזוי. די דרײַ ברידער מיט דער איינציקער שוועסטער, נעמען זיך אונטער די רײַזע קיין “גוסען” און “קונסקירכען,” שטעטלעך שיין ווי גאָלד אין עסטרײַך טאַקע, וווּ די פּרעכטיקע בערגלעך און ביימער, בלומען און פּאַנאָראַמע, באַהאַלטן דעם סוד פֿון זייער פֿאָטערס פּײַן.

אָנגעקומען אַהין, דערזען אײַנוווינער אין די שיינע הײַזלעך שאַרן דאָס שניי. גענומען זיך נאָכפֿרעגן צי זיי ווייסן וואָס אין דעם שטעטל איז פֿאָרגעקומען אין צײַט פֿון דער מלחמה. האָבן די כּלא־יודע־פּנימער אָנגעשטעלט אויף זיי זייערע פּוסטע פּנימער, פֿאַרקנייטשט די פּלייצעס און געענטפֿערט, אַז זיי האָבן אין לעבן נישט געהערט פֿון אַזאַ זאַך, דער עיקר, אַז דאָ בײַ זיי אין שטעטל האָבן זיך אַמאָל געפֿונען טויטלאַגערן, וווּ מען האָט הונדערטער טויזנטער ייִדן דאָ גענוצט אויף צו גראָבן טונעלן, וווּ מען האָט אין צײַט פֿון דער מלחמה דאָ געפֿירט אַ בוי־אַרבעט בײַם אויסאַרבעטן עראָפּלאַנען, בעת זיי האָבן זיך באַנוצט מיט הונדערטער, טויזנטער ייִדישע קרבנות, וואָס זײַנען דאָרט געפֿאַלן ווי די פֿליגן אין די שאַכטן, אומגעקומען פֿון הונגער און נויט, פֿון שקלאַפֿן־אַרבעט און פֿונעם איזדיעקעווען זיך איבער זיי ביז זייער אומקום, אַזוי ווי זיי גייען און שטייען.
און איצט, לאָמיר זיך אומקערן קיין ישׂראל, וווּ דער זעלביקער יוסף פֿישער, דער על־פּי נס געראַטעוועטער ייִד, האָט אויפֿגעשטעלט זײַן משפּחהלע, דרײַ זין מיט אַ טאָכטער, מיט אייניקלעך. און אַזוי ווי ס׳איז צוגעגאַנגען אין אונדזער ישׂראל, האָט מען פֿאַרשוויגן דעם גאַנצן ענין מיטן חורבן, פֿאַרשוויגן די ייִדישע געשיכטע אין מיזרח־אייראָפּע, אָפּגעהאַקט זייער אָנגעהעריקייט מיטן ייִדישן פֿאָלק אין די קבֿוצות פֿון דער וועלט. זײַנען די זין און די טאָכטער אויסגעוואַקסן ייִדישע עם־הארצים, אויסגעליידיקטע פֿעסער פֿון דער ייִדישער קולטור און געשיכטע. דער חורבן איז געווען אַ זאַך פֿון וועלכער מ׳האָט זיך געמוזט אָפּשאָקלען. עלעהיי וואָס דאָרט? אַן אַלטער ייִד אָדער ייִדענע גייען אַדורך דאָס גיהנום, דאָרט מעבֿר־לים, ווער דאַרף עס וויסן בכלל, וועמען גייט עס אָן. דער עיקר, דאַרף מען זײַן שטאָלצע ישׂראלים, וואָס דאָס מיינט הײַנט צו טאָג, פּוסטע רייד. זיי זײַנען נײַ־אויסגעבריטע ייִדן און האָבן אַ קליינעם שײַכות צום גלות און צום גלות־פֿאָלק, וואָס דאָס האָט מיט זיך פֿאָרגעשטעלט אַ פֿלעק אין דער משפּחה, אַ דאַנק זייער דערציִונג אין שול און אין גאַס.

מאַכט זיך, אַז דער עלטסטער זון דוד, שטויסט זיך אָן אין טאַטנס בוך פֿון זכרונות, און רעדט צו זײַנע ברידער און דער שוועסטער, “אַנו, לאָמיר זיך אַראָפּכאַפּן קיין עסטרײַך, זען מיט די אייגענע אויגן דעם טאַטנס דרך־יסורים.”

האָבן זיך אָבער די געשוויסטער געקרימט:

“ווער דאַרף אָנווערן אַזאַ טײַערע רײַזע, קאַליע מאַכן די לוסטרײַזע איבער אייראָפּע. צוליב וואָס און צו וואָס טויג עס אונדז, אַנשטאָט צו פֿאַרברענגען אַ גוטן טאָג אין אייראָפּע.”
אָבער דער עלטסטער זון, דוד, טוט זיי באַרויִקן. עסטרײַך איז שיין, עסטרײַך איז “געמיוטלעך,” עסטרײַך איז אַזוינס און אַזעלכעס. זיי לאָזן זיך איבעררעדן און הײַדאַ קיין עסטרײַך. אָבער דוד האָט זיי גענומען איבער די שליאַכן פֿון טאַטנס מעמואַר. געקומען קיין “גוסען” און “גונסקירכען,” צוגעקומען נאָענט צו די בערג וווּ מען האָט פֿאַרניכטעט אַזוי פֿיל ייִדן. איז וואָס ווײַזט זיך אַרויס? עס ווײַזט זיך אַרויס, אַז אויף די ערטער וועלכע דער פֿאָטער באַשרײַבט, האָט מען שוין אויפֿגעסטרויעט ווילעס, מיט גערטנער און לאָנקעס, און אַז זיי שטעלן אָפּ אַן אײַנוווינער און פֿרעגן אים צי ער ווייסט וואָס ס׳איז דאָ פֿאָרגעקומען אין צײַט פֿון דער מלחמה, איז נישט געזען און נישט געהערט, אַז אַ קו איז געפֿלויגן איבערן דאַך און געלייגט אַן איי.

די חבֿרה זײַנען שוין דער דריטער דור עסטרײַכער. זייערע עלטערן, באָבעס און זיידעס האָבן זיי גאָרנישט דערציילט פֿון דער פֿאַרגאַנגענהייט, פֿון דעם שטעטל, ס׳איז אַ פֿולקאָמע נײַעס פֿאַר זיי. “טאַקע?, ס׳קען דאָך פֿאָרט נישט זײַן!”

אָבער די אויסגעוואַקסענע קינדער, צווייטער דור ישׂראלדיקע סאַברעס, דער עיקר צוויי פֿון די ברידער און די שוועסטער, קרימען זיך. זיי ווילן נישט זען און נישט הערן פֿון גיין אין טאַטנס פֿוסטריט. זיי טענהן, וואָס פֿאַר אַ שײַכות האָבן זיי איצט צום טאַטן, וועלכער איז דעמאָלט געווען אַ יונגער־מאַנטשיק, ממש אַ קינד, און דאָס לעבן האָט אים צוגעשפּילט אַזאַ ברוך־הבא. די חבֿרה ברידער און שוועסטער זײַנען שוין מיט אַ סמיטשיק אַריבער די זעכציקער. ווער דאַרף עס בכלל? צו וואָס מאַטערן זיך און פֿאַרפֿוטשן די צײַט.

און אַזוי דאַרף דער עלטסטער ברודער דוד, זיי מונטערן און בלאַגען, אײַנבעטן זיך און וויינען:

“ניעזשעלי זײַט איר אויסגעוואַקסן אַזוי האַרטנעקיק. וווּ איז אײַער נפֿש יהודי?”

זיי קלעטערן איבער די בערג, זיי וואַנדערן איבער די טונעלן, זיי זוכן דעם זינען וואָס טיילט אָפּ דעם מענטשן פֿון בעסטיע. אָבער אַלץ וואָס זיי געפֿינען איז סימנים פֿון אָפּגרונט, אין וועלכן די דײַטשן מיט די עסטרײַכער, און איך רעד שוין נישט דאָ פֿון די פּאָליאַקן, אוקראַיִנער, ליטווינער, אונגאַרן און רומענער וואָס זײַנען דאָ שטאַרק פֿאַרטראָטן, און וואָס מען טאָר זיי בשום־אופֿן נישט ריינוואַשן.

פֿאַרשטייט זיך, ווען די ברידער און שוועסטער קומען אַרויס פֿון די טויטגריבער, זעצן זיי זיך אַלע אַוועק אויפֿן גרינעם, לאַגאָדנעם גראָז דערנעבן און מאַכן אַ “פּיקניק.” דער עלטסטער זון פֿאַלט צוזאַמען. ער העשעט:

“ווי איז דאָס געווען מעגלעך פֿאַר אונדזער טאַטן אַדורכצומאַכן אַזאַ שאול־תּחתּיה? אַזאַ אָפּגרונט? אַזאַ אומגליק!”

דער אַנדערער ברודער קען זיך נישט מוחל זײַן וואָס ער האָט זיך געלאָזט צורעדן צו אַזאַ אויספֿלוג. ער בייזערט זיך כּסדר, און גיט צו אַז עס וואָלט בעסער געווען פֿאַר אַזאַ געליטענעם מענטשן ווי דער טאַטע בכלל נישט ניצול צו ווערן, בעסער אומקומען אין יענע באַדינגונגען. ערשטנס, וואָס פֿאַר אַ טאַטעס און מאַמעס האָבן שוין געקענט זײַן די געראַטעוועטע ייִדן, און קענען פֿונקציאָנירן און אויפֿכאָווען זייערע קינדער אין נאָרמאַלע באַדינגונגען?

די שוועסטער האַלט אין איין לאַכן. איר ספּאַזמאַטיש געלעכטער גייט אויף די נערוון. זי וויל אַלץ פֿאַרווישן, פֿאַרדעקן, און נעמען זיך צו דער אַכילה.

און איך טראַכט בײַ זיך. ייִדן־קרוין, אַן עם־הספֿר, אַן אויסדערוויילט פֿאָלק, האָבן אויפֿגעשטעלט אַזעלכע דורות וואָס פֿאַרמאָגן נישט קיין ייִדיש בלוט אין די אָדערן, שוין אָפּגערעדט פֿון אַ ייִדיש האַרץ. ווי נעמט דאָס אַזאַ ייִדיש־פֿאָלק, סײַ אין ישׂראל און סײַ דאָ אין אַמעריקע, קאָרמעט דורות מיט דחקות לגבי אַזאַ טײַער פֿאָלק ווי מיר האָבן געזאָלט זײַן. אַן אַתּה בחרתּנו־פֿאָלק, אַן אויסטערליש פֿאָלק מיט אַזוי פֿיל פּגמים, אַזוי פֿיל פּוסטקייט. איז אויב היטלער האָט נישט באַוויזן אומצוברענגען עם־ישׂראל, טוען מיר זײַן אַרבעט סײַ אין ישׂראל און סײַ אין די תּפֿוצות.

אפֿשר איז דער חורבן שולדיק אין אונדזער אומגליק לדור־דורות, אפֿשר ישׂראל וואָס איז אַוועק אויף פֿאַלשע וועגן, אפֿשר אַמעריקע מיט איר ערזאַץ־ייִדישער קולטור, איך הייב נישט אָן צו וויסן. איין זאַך ווייס איך יאָ. ס׳טויג נישט.

איך רעד אײַך צו צו גיין זען דעם פֿילם “זעקס מיליאָן און איינער.”

עס עפֿנט זיך אין לינקאָלן־פּלאַזאַ־סינעמאַס דעם 28סטן סעפּטעמבער. און דוד פֿישערן קומט באמת אַ יישר־כּוח פֿאַרן צווינגען זײַנע ברידער און שוועסטער צו גיין אין די שליאַכן פֿון זייער טאַטנס יסורים־וועג. אפֿשר וועט עס סײַ די ישׂראלים און סײַ די אַמעריקאַנער ייִדן אויפֿשטאָפּן די קעפּ.

Deja tu Comentario

A fin de garantizar un intercambio de opiniones respetuoso e interesante, DiarioJudio.com se reserva el derecho a eliminar todos aquellos comentarios que puedan ser considerados difamatorios, vejatorios, insultantes, injuriantes o contrarios a las leyes a estas condiciones. Los comentarios no reflejan la opinión de DiarioJudio.com, sino la de los internautas, y son ellos los únicos responsables de las opiniones vertidas. No se admitirán comentarios con contenido racista, sexista, homófobo, discriminatorio por identidad de género o que insulten a las personas por su nacionalidad, sexo, religión, edad o cualquier tipo de discapacidad física o mental.


El tamaño máximo de subida de archivos: 300 MB. Puedes subir: imagen, audio, vídeo, documento, hoja de cálculo, interactivo, texto, archivo, código, otra. Los enlaces a YouTube, Facebook, Twitter y otros servicios insertados en el texto del comentario se incrustarán automáticamente. Suelta el archivo aquí

Artículos Relacionados: