7,000 personas participan en festival Yiddish en Melbourne, (En Yiddish)

Por:
- - Visto 324 veces

לױט דער פּאָליצײ זײַנען אַן ערך 7,000 מענטשן בײַגעװען אױפֿן „אין אײן קול“־פֿעסטיװאַל, װאָס איז פֿאָרגעקומען אין דער מעלבורנער פֿאָרשטאָט עלסטערנװיק. דער פֿעסטיװאַל איז געװען אַן אױסשטעלונג פֿון דער פֿאַרשײדנאַרטיקײט פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג אין מעלבורן, אױסטראַליע. די באַשטאַנדטײלן פֿונעם פֿעסטיװאַל זײַנען געװען: אַ פֿינף־שעהיקער קאָנצערט פֿון ייִדישע, העברעיִשע און ענגלישע לידער און טענץ, פֿאַרשײדענע ייִדישע עסנס, האַנט־אַרבעט־און־קונסט, ספּעציעלע אַקטיװיטעטן און רײַטן פֿאַר קינדער, רײַטן אױף מאָטאָציקלען פֿאַר דערװאַקסענע, אַ דאַנק דער גרופּע Jews on Wheels (ייִדן אױף רעדער), אַן אױסשטעלונג פֿון די מעלבורנער ייִדישע אָרגאַניזאַציעס, אַ פֿאַרמעסט צו זען, װער קען אױפֿעסן די גרעסטע צאָל בײגל, און אַ פֿאַרמעסט צו זען, װעמענס קעזקוכן איז די געשמאַקסטע.

דער פֿעסטיװאַל איז דורכגעפֿירט געװאָרן אונטערן אױפֿזיכט פֿון דער בונדישער יוגנט־גרופּע „סקיף“ און פֿון דער מעלבורנער קולטור־אָרגאַניזאַציע „קדימה‟. דער אָרגאָניזיר־קאָמיטעט איז באַשטאַנען פֿון אַ 20 מאַן; און אַן ערך 100 פֿרײַ־װיליקע אַרבעטער אין עלטער פֿון 17 ביז 70 יאָר האָבן פֿאַרזיכערט, אַז דער טאָג זאָל זײַן דערפֿאָלגרײַך.

אױפֿן קאָנצערט האָבן געזונגען אין ייִדיש, העברעיִש און ענגליש די כאָרן פֿונעם שלום־עליכם קאָלעדזש, פֿון דער בונדישער יוגנט־גרופּע „סקיף‟, דער בונדישער „מיר קומען אָן“־כאָר, דער לירון־כאָר, די קאַפּעליע „די באַשעװיס־זינגערס“, די לאָקאַלע זינגערין קערען פֿעלדמאַן און אַנדערע. צװישן אַנדערע האָבן די מעלבורנער ייִדישע אַקטיאָרן יאָסל טיגעל און עליסאַ גרײ אָנגעפֿירט מיטן קאָנצערט.


דער װעטער האָט צוגעשפּילט און דער טאָג איז אַדורך מיט גרױס הצלחה. דער אָרגאַניזיר־קאָמיטעט האָט שױן געמאָלדן, אַז דער איבעראַיאָריקער „אין אײן קול“־פֿעסטיװאַל װעט פֿאָרקומען זונטיק, דעם 19טן מאַרץ, 2017.

דער נײַסטער סענאַטאָר פֿאָדערט, אַז אױסטראַליעס אַמבאַסאַדע זאָל זײַן אין ירושלים

אױסטראַליעס נײַסטער סענאַטאָר, דזשײמס פּעטערסאָן, איז אַ מיטגליד פֿון דער קאָנסערװאַטיװער ליבעראַלער פּאַרטײ. צו זײַנע 28 יאָר איז ער דער ייִנגסטער מיטגליד פֿונעם אױסטראַלישן סענאַט.

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/195770/news-from-melbourne/?p=all#ixzz45eAdrZZk

Deja tu Comentario

A fin de garantizar un intercambio de opiniones respetuoso e interesante, DiarioJudio.com se reserva el derecho a eliminar todos aquellos comentarios que puedan ser considerados difamatorios, vejatorios, insultantes, injuriantes o contrarios a las leyes a estas condiciones. Los comentarios no reflejan la opinión de DiarioJudio.com, sino la de los internautas, y son ellos los únicos responsables de las opiniones vertidas. No se admitirán comentarios con contenido racista, sexista, homófobo, discriminatorio por identidad de género o que insulten a las personas por su nacionalidad, sexo, religión, edad o cualquier tipo de discapacidad física o mental.


El tamaño máximo de subida de archivos: 300 MB. Puedes subir: imagen, audio, vídeo, documento, hoja de cálculo, interactivo, texto, archivo, código, otra. Los enlaces a YouTube, Facebook, Twitter y otros servicios insertados en el texto del comentario se incrustarán automáticamente. Suelta el archivo aquí

Artículos Relacionados: