An old joke for the New Year (in Yiddish)

Por:
- - Visto 907 veces

צום נײַעם יאָר, אַן אַלטער וויץ:

מע האָט געפֿרעגט אַ באַלעבאָס, פֿאַר וואָס ער גייט ניט צו תּשליך.


“איך קען דאָס נישט טאָן,” ענטפֿערט ער. “די עבֿירות האָבן מיך אָפּגעקאָסט אַ פֿאַרמעגן, הײַנט ווי אַזוי זאָל איך זיי פּלוצעם וואַרפֿן אין וואַסער אַרײַן?”

איר לאַכט נישט, מפֿונק איינער?

מע האָט דאָך אײַך צוגעזאָגט אַן אַ ל ט ן וויץ, נישט קיין גוטן!

נו, אָט פֿאַרענדיקט זיך דער חודש אלול און ס’זײַנען שוין נעבעך מיד די פֿיש פֿון כּמעט אַ פֿולן מאָנאַט ציטערן אין וואַסער דאָרט. פֿאַר וואָס עפּעס פֿ י ש דערמאָנט מען, און פֿאַר וואָס ציטערן זיי, פֿרעגט זיך? ווײַל דער פֿיש, וואָס האָט קיין אויגן־לעדלעך נישט אויף צוצומאַכן די אויגן, דערמאָנט אונדז אינעם אייבערשטן, וואָס פֿאַרמאַכט די אויגן קיין מאָל ניט; ווײַטער, אויב דער פֿיש אין וואַסער האָט מורא צוליב זײַן אומזיכער לעבן, אַפּשיטא שוין דאַרף ציטערן דער זינדיקער מענטש מאימת יום־הדין. און פֿון דעסט וועגן בלײַבט די פֿראַגע, פֿאַר וואָס ציטערן די פֿיש אין וואַסער?

מיט וו אָ ס איז זייער לעבן אַזוי אומזיכער?

ענטפֿערט איינער אַ חכם, אַז קודם־כּל האָט מורא דער פֿיש, מע זאָל אים ניט כאַפּן און אָפּהאַקן דעם קאָפּ אויף אַ יום־טובֿדיקן מאכל. והשנית, טאָמער גליטשט ער זיך יאָ אַרויס מיט גאַנצע ביינער פֿונעם מענטשנס יום־טובֿדיקער סעודה, איז וואָס הערט זיך וועגן אַ ביסל שפּײַז פֿאַר זיך אַליין? אונדזער אָרעמער פֿיש פֿאַרלאָזט זיך אין גאַנצן אויפֿן זינדיקן מענטשנס חסד, ער זאָל אַרויסוואַרפֿן וואָס מער ברויט אין טײַכל אויף צו מאָרגנס אַז ער גייט צו תּשליך. איז אַפֿילו ווען דער פֿיש ווערט גלײַך פֿאַרחתמעט אויף נאָך אַ יאָר לעבן, הייסט דאָס בײַ אײַך “געלעבט”?

וואָס איז אָבער דער נימשל פֿונעם משל? פּשוט צו זאָגן, אַז מיר, בײַם ייִדישן קולטור־קאָנגרעס, ווינטשן אײַך

אַ גוט, און הויפּטזעכלעך, ג ע ז ו נ ט נײַ יאָר תּשע”ג.

און צווייטנס וואָלטן מיר, ווי דער פֿיש אין משל, נישט געהאַלטן פֿאַר קיין עבֿירה ווען איר וואַרפֿט אונדז צו אַ ביסל ממתּקים לכּבֿוד דעם נײַעם יאָר. פֿאַרשטייט זיך, מיר דערוואַרטן נישט, אַז איר זאָלט חלילה אין גאַנצן אויסליידיקן אײַערע טעשלעך. אָבער אַ סך “פֿישעלעך” קאָנקורירן זיך פֿאַר אײַער שטיץ צו דער־אָ צײַט יאָר, האָפֿן מיר אַז איר וועט זיך אויך דערמאָנען אין און צו שטײַער געבן דעם ייִדישן קולטור־קאָנגרעס, אַ קליין פֿישל אינעם ים פֿון דער ייִדישער קולטור, אָבער זייער אַן אַקטיווס. (undzer vebplats )

איז זײַט אַזוי גוט, אויב איר ווילט זיך בײַשטײַערן קליקט דאָ:

Make a Donation

און טאָמער קענט איר זיך נישט דערלויבן אויף דעם, איז ווינטשט אונדז “גם אַתּם” ווען מיר זאָגן אײַך

לשנה טובֿה תּכּתבֿו ותחתמו!!

Acerca de Central de Noticias Diario Judío

Noticias, Reportajes, Cobertura de Eventos por nuestro staff editorial, así como artículos recibidos por la redacción para ser republicados en este medio.

Deja tu Comentario

A fin de garantizar un intercambio de opiniones respetuoso e interesante, DiarioJudio.com se reserva el derecho a eliminar todos aquellos comentarios que puedan ser considerados difamatorios, vejatorios, insultantes, injuriantes o contrarios a las leyes a estas condiciones. Los comentarios no reflejan la opinión de DiarioJudio.com, sino la de los internautas, y son ellos los únicos responsables de las opiniones vertidas. No se admitirán comentarios con contenido racista, sexista, homófobo, discriminatorio por identidad de género o que insulten a las personas por su nacionalidad, sexo, religión, edad o cualquier tipo de discapacidad física o mental.


El tamaño máximo de subida de archivos: 300 MB. Puedes subir: imagen, audio, vídeo, documento, hoja de cálculo, interactivo, texto, archivo, código, otra. Los enlaces a YouTube, Facebook, Twitter y otros servicios insertados en el texto del comentario se incrustarán automáticamente. Suelta el archivo aquí

Artículos Relacionados: