וואָס: אַ טאָג ייִדיש: גאַנצטאָגיקער ניו־יאָרקער ייִדיש־סעמינאַר
זונטיק בולבעס, מאָנטיק קאַרטאָפֿל, דינסטיק און מיטוואָך…? אַ נסיעה דורך ייִדישע דיאַלעקטן
ווער: ד”ר הערשל גלעזער וועט אָנפֿירן דעם סעמינאַר. ער האָט אַ דאָקטאָראַט אין ייִדישער לינגוויסטיק פֿון קאָלאָמביע־אוניווערסיטעט. ער איז אַ ייִדישער לינגוויסט און איבערזעצער, און דער מיט־שעף־רעדאַקטאָר פֿונעם אַרומנעמיק ענגליש־ייִדיש ווערטערבוך. זײַן הויפּט־אינטערעס איז דיאַלעקטן, סײַ ייִדישע, סײַ בײַ די אומות־העולם.י
ווען: זונטיק, דעם 5טן מײַ 2019, פֿון 9 אַ זייגער אין דער פֿרי ביז 6 אַ זייגער אין אָוונט
י
וווּ: קהילת אנשי חסד, 251 וועסט 100סטע גאַס, מאַנהעטן
באַטייליקטע: אַלע וואָס זײַנען פֿאַראינטערעסירט זיך צו פֿאַרטיפֿן אין דער טעמע און רעדן וועגן איר, אין גאַנצן
.אויף ייִדיש
מינימום: 13 באַטייליקטע
שׂכר־לימוד: 70 דאָלאַר
מיטגלידער פֿון דער ייִדיש־ליגע: 45 דאָלאָר
סטודענטן – 30 דאָלאַר
:כּדי זיך צו רעגיסטרירן
צוגרייטן וועט מען זיך דאַרפֿן אין פֿאָרויס.י
2019 רעגיסטריר־טערמין: דאָנערשטיק, דעם 18טן אַפּריל
דער סעמינאַר וועט זיך קאָנצענטרירן אויף דער געאָגראַפֿיע פֿון ייִדיש מיטן טראָפּ אויף לעקסישער פֿאַרשיידנקייט.י
מע וועט זיך פֿאַרנעמען מיט די ווײַטערדיקע טעמעס:י
א) מערבֿ־ און מיזרח־ייִדיש
ב) דיאַלעקטן אין אונדזערע צײַטן
ג) דער סאַמע צענטער פֿון ייִדיש־לאַנד
ד) “געקינצלטע” דיאַלעקטן
Artículos Relacionados: