Ayuda para mujeres no judías que educan a sus hijos como judíos (en Yiddish)

Por:
- - Visto 813 veces

Este es un artículo muy interesante acerca de una organización llamada JOI (Jewish Outreach Institute) creada para ayudar a madres no judías, casadas con judíos que desean educar a sus hijos como judíos. Nos describe la autora, como está organizado este trabajo, quienes lo llevan a cabo, por qué y cómo lo hacen. También nos describe la opinión de las personas que están en pro o en contra del proyecto y sus razones, así como los logros y dificultades del mismo. El tema es muy interesante y novedoso.

Maya Ajzen


“דערציט איר ייִדישע קינדער, אָבער איר אַליין זענט נישט קיין ייִדישע טאָכטער? איר דאַרפֿט עס נישט טאָן אַליין. שליסט זיך אָן אין אונדזער מוטערס־קרײַז.”

די מעלדונג אין אַ צײַטונג אין פּראָווידענס, ראָד־אײַלאַנד, מיט עטלעכע וואָכן צוריק, איז געווען געווידמעט די נישט־ייִדישע פֿרויען, וועלכע האָבן חתונה געהאַט מיט ייִדישע מענער און מסכּים געווען צו דערציִען די קינדער ווי ייִדן, כאָטש זיי אַליין זענען נישט גרייט זיך מגייר צו זײַן. אין אַ צײַט ווען דער פּראָצענט געמישטע חתונות באַטרעפֿט 50%, איז דער פֿענאָמען — נישט־ייִדישע מאַמעס, וועלכע דערציִען קינדער ווי ייִדן — הײַנט געוואָרן גאַנץ פֿאַרשפּרייט.

דער ציל פֿונעם מוטערס־קרײַז, באַקאַנט בלע״ז ווי The Mothers Circle, איז צו דערקלערן די פֿרויען וועגן דעם באַטײַט פֿון די ייִדישע טראַדיציעס (שבת, יום־טובֿים, אאַז״וו), און זיי צו געבן עמאָציאָנעלע שטיצע פֿאַר זייער באַשלוס אויפֿצוכאָווען ייִדישע קינדער.

די קרײַזן, וועלכע געפֿינען זיך הײַנט אין צענדליקער שטעט איבער די פֿאַראייניקטע שטאַטן און קאַנאַדע, זענען אַ טייל פֿון אַ ריי פּראָיעקטן געגרינדעט און דורכגעפֿירט פֿונעם “ייִדישן קירובֿ־אינסטיטוט” (Jewish Outreach Institute), אויך באַקאַנט מיט די ראשי־תּאבֿות JOI — אַן אָרגאַניזאַציע וואָס באַמיט זיך אַרײַנצוציִען אין דער ייִדישער קהילה יענע מיטגלידער פֿון געמישטע חתונות, וועלכע ווערן אָפֿט איגנאָרירט.

ס׳רובֿ פֿון די שילן, וואָס באַטייליקן זיך אין די מוטערס־קרײַזן, זענען פֿון די ליבעראַלע שטראָמען פֿון ייִדישקייט, ווי רעפֿאָרם, רעקאָנסטרוקציאָניסטיש און “ריניואַל”. לויט דער רעפֿאָרם־באַוועגונג, ווערן די קינדער פֿון אַ ייִדישן טאַטן פֿאַררעכנט פֿאַר ייִדן, אַפֿילו אויב די מאַמע איז נישט קיין ייִדישע. די אָרטאָדאָקסישע און קאָנסערוואַטיווע ייִדן האַלטן זיך בײַם דין, אַז קינדער פֿון אַ נישט־ייִדישער מאַמען זענען נישט קיין ייִדן.

פֿון דעסטוועגן, האָבן געוויסע קאָנסערוואַטיווע שילן לעצטנס אויך געגרינדעט מוטערס־קרײַזן פֿאַר די משפּחות מיט נישט־ייִדישע מאַמעס, האָט אַמאַנדע קאַלעצקי, די פּירסום־דירעקטאָרין פֿון JOI, געזאָגט דעם “פֿאָרווערטס”. “די דאָזיקע קאָנסערוואַטיווע סינאַגאָגעס זעען, ווי עס האַלט אין איין פֿאַלן בײַ זיי די מיטגלידערשאַפֿט, און ווען זיי באַמערקן וויפֿל משפּחות קומען אין דער רעפֿאָרם־סינאַגאָגע, ווילן זיי עס שוין אויך פּרוּוון.”

צווישן די אַנדערע פּראָגראַמען, דורכגעפֿירט פֿון דער JOI: אַ קרײַז פֿאַר ייִדישע באָבעס און זיידעס, וואָס זייערע אייניקלעך זענען על־פּי־הלכה נישט קיין ייִדן; און אַ פּראָגראַם פֿאַר די ייִדישע מענער פֿון געמישטע חתונות. די פּראָגראַם פֿאַר די מענער איז געשאַפֿן געוואָרן, נאָך דעם ווי אַ סך נישט־ייִדישע מאַמעס האָבן זיך באַקלאָגט, אַז זייערע מענער העלפֿן זיי ווייניק אַרויס בײַם לערנען די קינדער וועגן זייער ייִדישער קולטור־ירושה. פֿאַר וואָס העלפֿן די ייִדישע מענער טאַקע נישט? איז דער ענטפֿער: זייער אָפֿט האַלט דער מאַן, אַז די דערציִונג פֿון די קינדער איז די פֿליכט פֿון דער מאַמען, דעריבער לאָזט ער דעם גאַנצן עול אויף אירע פּלייצעס, הגם זי אַליין ווייסט זייער ווייניק אָדער כּמעט גאָרנישט וועגן ייִדישקייט.

אינעם מוטערס־קרײַז אין פּאָרטלאַנד, אָרעגאָן, האָבן זיך פֿאַראַיאָרן באַטייליקט 25 מאַמעס. הגם הײַיאָר האָבן זיך פֿאַרשריבן בלויז 12 פֿרויען, האָט די אָרגאַניזירערין, דזשעניפֿער גרינבערג, באַמערקט, אַז די גרופּע איז זייער אַ געראָטענע. גרינבערג האָט דערציילט דעם “פֿאָרווערטס”, אַז מע האָט לעצטנס געלערנט די פֿרויען ווי אַזוי צו מאַכן די ברכה בײַם צינדן די שבת־ליכט. מיט אַ וואָך שפּעטער האָט איינע פֿון די סטודענטקעס דערציילט דעם קלאַס, אַז ווען זי האָט ערבֿ־שבת געצונדן די ליכט, האָט איר מאַן אָנגעהויבן מאַכן די ברכה, אָבער זי האָט אים איבערגעריסן. “איך וויל עס טאָן,” האָט זי דערקלערט, און דערנאָך אַליין געמאַכט די ברכה. אַ פֿאַרחידושטער, האָט איר מאַן געפֿרעגט: “וווּ האָסטו זיך דאָס אויסגעלערנט?”

יעדע וואָך פֿירט דער מוטערס־קרײַז אין פּאָרטלאַנד אָן מיט אַן אַנדערער טעמע. אין איין סעסיע האָט אַ רבֿ געגעבן די פֿרויען אַן עלעמענטאַרן טור פֿון זײַן סינאַגאָגע, ווײַזנדיק און דערקלערנדיק וווּ איז די בימה, און וואָס הייסט ספֿר־תּורה, אאַז״וו. אין אַ צווייטער סעסיע האָט אַן אָרטיקער פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדישע שטודיעס זיי געלערנט וועגן דעם חורבן און געמאַכט אַן איבערזיכט פֿון דער געשיכטע פֿון אַנטיסעמיטיזם.

קאַטערין, אַ געוועזענע 48־יאָריקע סטודענטקע פֿונעם מוטערס־קרײַז אין פּאָרטלאַנד, האָט געזאָגט, אַז איר באַליבטסטע לערערין פֿון דער פּראָגראַם איז געווען לאָיִס שענקער, אַ פּראָפֿעסיאָנעלע עצה־געבערין פֿאַר די מיטגלידער פֿון געמישטע חתונות. “נאָך אַ קלאַס וועגן פּראַווען שבת, האָט זי געזאָגט, אַז אונדזער פֿליכט איז איצט אַרײַנצוברענגען דעם שבת צו זיך אַהיים אויף אַן אופֿן, וואָס איז אונדז באַקוועם. דאָס איז געווען אַן אינספּיראַציע פֿאַר מיר,” האָט קאַטערין געזאָגט.

די JOI באַמיט זיך אויך צוצוציִען די משפּחות פֿון געמישטע חתונות, וואָס האָבן בכלל נישט קיין שײַכות מיט דער ייִדישער קהילה, דורך אַ פּראָיעקט, וואָס הייסט Public Face Judaism (דאָס עפֿנטלעכע פּנים פֿון ייִדישקייט). לויט דער סטאַטיסטיק, געהערן הײַנט בלויז 35% אַמעריקאַנער ייִדן צו אַ סינאַגאָגע אָדער אַן אַנדער ייִדישער אינסטיטוציע.

“אַ סך פֿון די אָפּגעפֿרעמדטע משפּחות פֿילן זיך נישט באַקוועם צו גיין אין אַ סינאַגאָגע, ווײַל זיי האָבן
מורא, אַז מע וועט זיי נישט וואַרעם אויפֿנעמען; דערפֿאַר קומען מיר צו זיי,” האָט דערקלערט קאַלעצקי. די JOI רעדט אָפּ מיט אַן אָרטיקער סינאַגאָגע צו אָרגאַניזירן אַן אַקטיוויטעט אויף אַ נייטראַל, סעקולער אָרט ווי, למשל, אין אַ סופּערמאַרק, עפֿנטלעכער ביבליאָטעק אָדער ביכערקראָם ווי “באַרנס ענד נאָבל”. די שיל־באַאַמטע הענגען אויף אַ שילד: “קומט אויפֿן דריטן שטאָק, דעקאָרירן אײַער אייגענעם קאַלענדאַר פֿון ייִדישע יום־טובֿים, פֿרײַ פֿון אָפּצאָל!” די מאַמעס זעען דאָס ווי אַ געלעגנהייט פֿאַר זייערע קינדער (און פֿאַר זיך אַליין) זיך אויסצולערנען עפּעס וועגן דער ייִדישער רעליגיע און קולטור, און דערבײַ קענען זיי דעם ייִדישן קאַלענדאַר אַהיימנעמען און ניצן; און די סינאַגאָגע־באַאַמטע זענען צופֿרידן, ווײַל אין די קאַלענדאַרן זענען אָפּגעדרוקט די דאַטעס פֿון זייערע ווײַטערדיקע אַקטיוויטעטן, וואָס קאָנען אפֿשר אַפּעלירן צו די פּאָטענציעלע נײַע מיטגלידער.

“דער וויכטיקסטער טייל פֿון דעם פּראָיעקט איז, אַוודאי, אָנצוהאַלטן אַ ווײַטערדיקן קאָנטאַקט מיט די משפּחות,” האָט קאַלעצקי געזאָגט. “דערפֿאַר עצהן מיר די אָרגאַניזירער פֿונעם אַקטיוויטעט צו פֿאַרשרײַבן די בליצפּאָסט־אַדרעסן פֿון די אָנטיילנעמער, און שפּעטער שיקן זיי אַ דאַנקבריוו פֿאַר זייער באַטייליקונג. געוויינטלעך, געשעט דאָס ערשטע מאָל, וואָס די משפּחות הערן אַ גוט וואָרט פֿון אַ ייִדישער אינסטיטוציע.”

“נישט־וועלנדיק, זענען אַ סך שילן אומסענסיטיוו צו די משפּחות פֿון געמישטע חתונות,” האָט קאַלעצקי געזאָגט. אין אַן אַנדער פּראָיעקט פֿון דער JOI, וואָס הייסט Big Tent Judaism (דער גרויסער דאַך פֿון ייִדישקייט), טרענירט מען די באַאַמטע פֿון ייִדישע אינסטיטוציעס ווי אַזוי זיך צו באַציִען צו די משפּחות אויף אַ וואַרעמען אופֿן. די JOI ווייסט פֿון דער ערשטער האַנט ווי אָפּשטויסנדיק די אינסטיטוציעס קענען זײַן, ווײַל זייערע באַאַמטע האָבן שוין אַליין טעלעפֿאָנירט אין פֿאַרשידענע שילן, מאַסקירט ווי אָפּגעפֿרעמדטע ייִדן, וואָס פֿרעגן זיך נאָך וועגן דער שיל.

“אַ סך פֿון די סעקרעטאַרשעס, וואָס ענטפֿערן אויפן טעלעפֿאָן, ווייסן נישט, אַז זייער אופֿן פֿון רעדן איז נישט פֿרײַנדלעך צו אַזוינע ייִדן,” זאָגט קאַלעצקי. איין JOI-באַאַמטע האָט געקלונגען אין אַ שיל און געפֿרעגט: “וואָס פֿאַר אַ מין דאַווענען קומט בײַ אײַך פֿאָר פֿרײַטיק־צו־נאַכטס?”, האָט די סעקרעטאַרשע געענטפֿערט: “כ׳ווייס נישט, ווײַל איך גיי קיין מאָל נישט אין שיל דעמאָלט.” אין אַ צווייטן פֿאַל, האָט אַ JOI־באַאַמטע זיך נאָכגעפֿרעגט וועגן דעם דאַווענען שבת אין דער פֿרי, האָט די סעקרעטאַרשע געגעבן אַ קורצן ענטפֿער און צוגעגעבן: “נאָכן דאַווענען וועט זײַן אַ קידוש.” די JOI-באַאַמטע האָט דערנאָך געפֿרעגט: “וואָס איז אַ קידוש?” האָט די סעקרעטאַרשע, אַ פֿאַרחידושטע, געפֿרעגט: “וואָס? דו ווייסט נישט וואָס איז אַ קידוש?”

“מיר פֿאַרשטייען, אַז ס׳רובֿ פֿון די סעקרעטאַרשעס זענען אַליין שטאַרק פֿאַרהאָרעוועט, און אויף די פֿראַגעס וואָס מע שטעלט זיי, איז אָפֿט שווער צו ענטפֿערן,” זאָגט קאַלעצקי. “דערפֿאַר טרענירן מיר די פּראָפֿעסיאָנאַלן פֿון די סינאַגאָגעס ווי אַזוי זיך צו באַציִען צו יענע משפּחות אויף אַ מער פֿרײַנדלעכן אופֿן.”

ראַבינער קערי אָליצקי, דער עקזעקוטיוו־דירעקטאָר פֿון דער JOI, האָט געזאָגט דעם “פֿאָרווערטס”, אַז דאָס צוציִען די משפּחות פֿון געמישטע חתונות דאַרף הײַנט זײַן דער הויפּטציל פֿון דער ייִדישער קהילה, ווײַל אויב נישט, וועט מען פֿאַרלירן יענע קינדער אויף אייביק.

לויט אָליצקין, קאָן מען צעטיילן די משפּחות אויף דרײַ קאַטעגאָריעס: 1) די וועלכע דערציִען די קינדער ווי ייִדן, 2) די וועלכע דערציִען זיי מיט ביידע גלויבנס אָדער בלויז ווי קריסטן, און 3) דער גרעסטער חלק — 50% — וועלכער דערציִען זיי מיט אַן “אַמעריקאַנער סעקולערער רעליגיע”.

“די משפּחות אין דער לעצטער קאַטעגאָריע פּראַווען דאַנקטאָג, דעם פֿערטן יולי, אַ ביסל חנוכּה און אַ ביסל ניטל, אָבער דער רעליגיעזער אינהאַלט איז בײַ זיי אַזוי פֿאַרוואַסערט, אַז אין תּוך, ווערן די קינדער דערצויגן אָן שום רעליגיע,” האָט אָליצקי דערקלערט.

אָליצקי גיט צו, אַז די נישט־ייִדישע מאַמעס פֿון דער ערשטער קאַטעגאָריע קומט אַ גרויסן דאַנק, ווײַל אָפֿט מאָל זענען זיי די, וועלכע ברענגען די קינדער סײַ אין דער זונטיק־שול, סײַ אין שיל לכּבֿוד יום־טובֿ, און דערבײַ באַמיִען זיי אײַנצופֿלאַנצן אין זיי דאָס “פּינטעלע ייִד”. אַ צאָל ליבעראַלע סינאַגאָגעס טוען שוין אַ היפּש ביסל מקרבֿ צו זײַן די נישט־ייִדישע מאַמעס און אַנדערע נישט־ייִדישע קרובֿים פֿון די געמישטע חתונות.

ווען אַ קינד אינעם רעפֿאָרם־טעמפּל “כּנסת־ישׂראל”, אין עלקינס־פּאַרק, פּענסילוועניע, פּראַוועט אַ בר־ אָדער בת־מיצווה, פֿאַרבעט מען די גאַנצע משפּחה, אַרײַנגערעכנט די נישט־ייִדישע מאַמע און באָבע־זיידע, אָנטיילצונעמען אין דער עליה, האָט דערקלערט דער ראַבינער, לאַנס סאָסמאַן. “אַ טייל פֿון זיי הייבן אָן קומען אַזוי אָפֿט אין שיל, אַז זיי קענען שוין די תּפֿילות.”

הײַיאָר האָט “כּנסת־ישׂראל” אַפֿילו אָנגעהויבן פֿירן דיסקוסיעס וועגן בײַטן זייערע סטאַטוטן, כּדי צו דערלויבן אַ נישט־ייִדישן מיטגליד פֿון אַ ייִדישער משפּחה צו ווערן דער פֿאָרזיצער פֿונעם ביבליאָטעק־קאָמיטעט אָדער אַפֿילו דער שיל־פּרעזידענט. אויף דער פֿראַגע, ווי אַזוי קען מען דערלויבן נישט־ייִדן צו פֿאַרנעמען די פּאָזיציעס, האָט סאָסמאַן, וועלכער איז אויך פֿון פֿאַך אַ היסטאָריקער, געזאָגט, אַז די תּקנות פֿון סינאַגאָגע־מיטגלידערשאַפֿט האָבן במשך פֿון דער געשיכטע זיך אָפֿט צוגעפּאַסט צו די צײַטן.

“אין געוויסע תּקופֿות פֿון דער אַמעריקאַנער געשיכטע, האָבן בלויז מאַנסבילן געמעגט זײַן מיטגלידער פֿון אַ סינאַגאָגע. אין אַנדערע צײַטן, האָט מען בלויז געגעבן מיטגלידערשאַפֿט צו די, וועלכע האָבן שוין געוווינט אין דער געגנט אַ לענגערע צײַט; וועלכע האָבן נישט געהאַט קיין קרימינעלע געשיכטע, אָדער וואָס מע האָט זיי קיין מאָל נישט געזען גיין צו פּראָסטיטוטקעס.”

“דער פֿענאָמען פֿון געמישטע חתונות איז אַ ממשותדיקע דעמאָגראַפֿישע טענדענץ, און ס׳איז גוט וואָס די JOI אָנערקענט דאָס,” האָט באַמערקט ד״ר סטיווען מ. כּהן, אַ סאָציאָלאָגיע־פּראָפֿעסאָר אינעם “היברו יוניאָן קאָלעדזש”. “דער אמת איז, אַז בלויז אַ דריטל פֿון די קינדער פֿון געמישטע חתונות ווערן הײַנט דערצויגן ווי ייִדן, און דערצו ווײַזן אַ צאָל שטודיעס, אַז די ייִדישע פֿרויען זענען צוויי מאָל מער גענייגט צו דערציִען קינדער ווי ייִדן, ווי די ייִדישע מענער. דערפֿאַר דאַרף מען טאַקע לויבן די נישט־ייִדישע מאַמעס, וואָס טוען עס.”

כּהן איז אָבער נישט מסכּים, אַז דער ענטפֿער איז צו לערנען די סינאַגאָגעס און ייִדישע אינסטיטוציעס ווי אַרויסצוּווײַזן מער פֿרײַנדלעכקייט צו די געמישטע משפּחות. “דער עיקר איז ווײַטער צו פֿאַרשטאַרקן די ייִדישע געזעלשאַפֿטלעכע נעצן ווי זומער־לאַגערן, ‘הילל׳, די ׳געבורטרעכט׳־נסיעות קיין ישׂראל און די נאָך־׳געבורטרעכט׳־טעטיקייטן, כּדי די יונגע ייִדן זאָלן זיך חבֿרן, און מיט דער צײַט חתונה האָבן מיט אַנדערע ייִדן.”

אָליצקי טענהט אָבער, אַז די פֿירער פֿון דער ייִדישער אַמעריקאַנער קהילה האָבן שוין אַליין אײַנגעזען די וויכטיקייט פֿון מקרבֿ זײַן די געמישטע משפּחות, און בפֿרט — די נישט־ייִדישע דערציִערינס פֿון ייִדישע קינדער. “מיט צען יאָר צוריק האָט מען זיך בכלל נישט אומגעקוקט אויף די מאַמעס, אָבער הײַנט באַצייכנט מען זיי ממש ווי העלדן,” האָט אָליצקי באַמערקט. “פֿריִער האָט די ייִדישע פֿעדעראַציע אין ניו־יאָרק זיך געראַנגלט מיט דער פֿראַגע, צי זאָל מען זיי העלפֿן? איצט פֿרעגן זיי: ווי אַזוי קען מען זיי העלפֿן?”

Deja tu Comentario

A fin de garantizar un intercambio de opiniones respetuoso e interesante, DiarioJudio.com se reserva el derecho a eliminar todos aquellos comentarios que puedan ser considerados difamatorios, vejatorios, insultantes, injuriantes o contrarios a las leyes a estas condiciones. Los comentarios no reflejan la opinión de DiarioJudio.com, sino la de los internautas, y son ellos los únicos responsables de las opiniones vertidas. No se admitirán comentarios con contenido racista, sexista, homófobo, discriminatorio por identidad de género o que insulten a las personas por su nacionalidad, sexo, religión, edad o cualquier tipo de discapacidad física o mental.


El tamaño máximo de subida de archivos: 300 MB. Puedes subir: imagen, audio, vídeo, documento, hoja de cálculo, interactivo, texto, archivo, código, otra. Los enlaces a YouTube, Facebook, Twitter y otros servicios insertados en el texto del comentario se incrustarán automáticamente. Suelta el archivo aquí

Artículos Relacionados: