Bernie Sanders; el candidato de los valores judíos, (En Yiddish)

Por:
- - Visto 407 veces

כ׳האב דורכאויס דער לעצטער וואך זיך אביסל „באקענט‟ מיט דעם דעמאקראטישן פרעזידענט קאנדידאט, בערני סאנדערס, און – ער געפעלט מיר. די קלארקייט פון זיין אידאלאגיע, דער זיכערער טאן מיט וועלכן ער רעדט וועגן זיינע פלענער, און דער פאקט וואס ער רעדט קלארע דיבורים איבער זיינע מיינונגען און וואס ער האט בדעה צו טאן אויב וועט ער געווינען די וואלן האבן ביי מיר זייער אויסגענומען.

ס׳האט גענומען צייט ביז איך האב ביי זיך גע׳פועל׳ט בכלל זיך צו באקענען מיט סאנדערס. ער קומט פאר ווי א סאציאליסט פונעם לינק־ליבעראלן חדר, מיט וועלכן כ׳בין בכלל היפש אומבאקוועם. כ׳האב נישט ליב די ליבעראלן; כ׳זע אין זיי נאאיווע אידעאליסטן וואס טראכטן אין אבסטראקט און האנדלען מיט דער וועלט „ווי זי וואלט געדארפט זיין‟ אנשטאט „ווי זי איז טאקע‟. און דאס איז שוין אין בעסטן פאל. אין ערגסטן, באשטייט דער ליבעראלער פליגל פונעם פאליטישן ספעקטרום פון א שיינעם סכום היפאקריטסווע — מענטשן וואס טראגן זיך ארום כלפי אנדערע מיט מער פאראורטיילן און אפילו שנאה ווי די וועמענס „ראסיזם‟ זיי זענען דעם גאנצן ליבן טאג פארנומען מיט פארשרייען.

כ׳האב אבער באשלאסן פארט אויסצוהערן וואס דער איד בערני האט צו פארקויפן. כ׳האב געלייענט וואס ער שרייבט, געהערט וואס ער זאגט, און געקומען צו דער החלטה אז סאנדערס רעדט פארט זייער צו דער זאך. ער אדרעסירט אמת׳ע פראבלעמען וואס פלאגן דאס לאנד און געזעלשאפט און ברענגט צום טיש אמת׳ע לעזונגען. מען מוז נישט מסכים זיין מיט סאנדערס׳ מסקנות; איז אבער שווער צו איגנארירן זיין עצם אדרעסירן די ענינים און די שטאנדהאפטיגקייט און קלארקייט פון זיינע ענטפערס צו די פראבלעמען ארום סאציאלער גלייכבארעכטיגקייט, דעם קרומען קאפיטאליזם פון דער עקאנאמיע, דעם נוסח־סדום יוסטיץ סיסטעם וואס האט מיט יוסטיץ צו טאן בערך אזוי פיל ווי וואשינגטאן מיט אומפארטייאישקייט.


קיין עקספערט אויף קיינעם פון די ברענענדע ענינים בין איך נישט און איך ווייס זיכער נישט צי זיינע לעזונגען זענען רעאליסטיש. איך פארשטיי נישט די זאכן און ווייס אז יעדע „רעוואלוציע‟ ברענגט אומפאראויסגעזעענע תוצאות, נישט אלע פון וועלכע זענען דוקא פאזיטיוו. בערני סאנדערס׳ וויזיע פאר א סך יסודות׳דיגע זאכן אין דער לאנד׳ס ארדענונג שמעקן רעוואלוציאנעריש און וועלן בהחלט פאדערן אן ערנסטע אפשאקלונג אין דעם סטאטוס קווא. א געזונטער שאקל קען פירן צו כאאס, און כאאס איז קיינמאל נישט געזונט, בפרט אין דעם אומזיכערן מצב אין וועלכן די וועלט שטייט יעצט. מיט דעם אלעם פילט זיך עפעס אויטענטיש אין זיינע ווערטער. זיינע לעזונגען שמעקן גוט און הערן זיך שכל׳דיג. דאס איז שוין מחוץ דעם וואס ער, מער ווי אלע אנדערע קאנדידאטן, ווייסט גענוי וואס ער וויל, איז באקוועם ביז גאר מיט זיינע שיטות, און באהאלט זיי נישט אונטער לופטיגע, שיין־קלינגענדע פראזן.

ס׳איז יא פאראן איין אספעקט פון סאנדערס, מיט וועלכן איך בין נישט אזוי באקוועם: זיין צוגאנג צו אויסערן פאליטיק, דעם איסלאמישן טעראר, און זיין אויסקוק אויף די באציאונגען מיט ארץ ישראל. ער זעלבסט רעדט וועגן דעם טעראר אויף א ברייטן, אלגעמיינעם אופן און כ׳בין נישט זיכער צי ער האט שוין ווען ס׳איז ארויסגעלייגט א קלארן, ארומנעמיגן פלאן וויאזוי ער וועט מיט דער פלאג זיך אפגעבן. פון דער אנדערער זייט, איז מסתמא נישט פאראן קיין קלארער, זיכערער מהלך וויאזוי די דאזיגע אנשיקעניש אויסצוראטן. ער קומט אבער פאר ווי א פראגמאטישער מענטש און אויב וועט סאנדערס בלייבן געטריי צו זיין לאגיק, גלייב איך אז ער וועט אויך דעם ענין פון איסלאמישן טעראר באהאנדלען מיט יושר און שכל.

וואס שייך ארץ ישראל, איז זיין רעטאריק זייער נישט צום הארצן. זיין פארגלייכן די „צוויי צדדים‟ אינעם קאנפליקט האט יענעם נישט־אפעטיטליכן נאך׳טעם פון דעם פאלשן ליבעראלן פאציפיזם. די קריטיק מיט די ווילד־אויפגעבלאזענע ציפערן כלפי דער מיליטערישער אפעראציע אין עזה מיט עטליכע יאר צוריק, האט געשטינקען פון ליבעראלן צבוע׳איזם. פארט וויל זיך האפן, אז ווען ער וועט פאקטיש זיין אויפ׳ן בענקל און זיך נאענטער באקענען מיט די פאקטן, וועט ער עס אויפנעמען מיט אן אפענעם קאפ און צופאסן פאליסי צו מציאות, איידער מציאות צו פאנאטיזם און אידאלאגיע.

צווישן אונז גערעדט, לאזט זיך שפעקולירן צי אפשר איז טאקע בעסער אז ארץ ישראל זאל זיך יא אנהייבן צוגעוואוינען צו זיין עטוואס מער אומאפהענגיג פון די פאראייניגטע שטאטן און דערלויבן די פריינטשאפט אנצונעמען א פארמאט פון לענדער מיט קעגנזייטיגן ידידות און געמיינזאמע אינטערעסן איידער ווי בלינדע ליבשאפט וואס קומט מיט כל׳מיני צוגעהערן, טייל פון וועלכע דינען נישט דוקא די אינטערעסן פון ביידן.

ווי עס איז, וואקלט מיין שטימע זיך צווישן – לאכט נישט – טעד קרוז און בערני סאנדערס.

Read more: http://blogs.yiddish.forward.com/yiddish-with-an-aleph/196097?utm_source=Sailthru&utm_medium=email&utm_campaign=New%20Campaign&utm_term=Yiddish%20Newsletter#ixzz45juB6YMM

Deja tu Comentario

A fin de garantizar un intercambio de opiniones respetuoso e interesante, DiarioJudio.com se reserva el derecho a eliminar todos aquellos comentarios que puedan ser considerados difamatorios, vejatorios, insultantes, injuriantes o contrarios a las leyes a estas condiciones. Los comentarios no reflejan la opinión de DiarioJudio.com, sino la de los internautas, y son ellos los únicos responsables de las opiniones vertidas. No se admitirán comentarios con contenido racista, sexista, homófobo, discriminatorio por identidad de género o que insulten a las personas por su nacionalidad, sexo, religión, edad o cualquier tipo de discapacidad física o mental.


El tamaño máximo de subida de archivos: 300 MB. Puedes subir: imagen, audio, vídeo, documento, hoja de cálculo, interactivo, texto, archivo, código, otra. Los enlaces a YouTube, Facebook, Twitter y otros servicios insertados en el texto del comentario se incrustarán automáticamente. Suelta el archivo aquí

Artículos Relacionados: