שיין ווי די לבֿנה

דער ב״ח איז אַ מאָל געזעסן און געלערנט מיט זײַנע תּלמידים. דערווײַל איז אַרײַנגעקומען זײַן טאָכטער. זאָגט דער פֿאָטער צו איר: „מײַן קינד, ביסט שיין ווי די לבֿנה‟. זײַן תּלמיד, דער טורי־זהבֿ, האָט זיך דערבײַ אָנגערופֿן: „ס׳איז שוין צײַט מקדש צו זײַן די לבֿנה‟… דער ב״ח האָט אַ ביסל נאָכגעטראַכט און אים באַלד גענומען פֿאַר אַן איידעם.


אַ ייִדישע שאלה פֿאַרענטפֿערט מיט אַ גוייִשן תּירוץ

משה מענדעלסאָן איז אַ מאָל געזעסן אין הויכער קריסטלעכער געזעלשאַפֿט לעבן אַ קאַטוילישן גלח. געגעסן האָט ער נאָר כּשרע מאכלים. פֿרעגט אים דער גלח:

— ווען וועט איר, ייִדן, שוין מעגן עסן מיט אונדז צוזאַמען?

— אויף אײַער חתונה, — האָט מענדעלסאָן געענטפֿערט.


די תּורה אַן אשת־איש

דער צאַנדזער גאָון און צדיק איז אויף דער עלטער אַן אַלמן געוואָרן צום דריטן מאָל און האָט דאָך געזוכט ווײַטער אַ שידוך. דאָס איז דעם זון ניט געפֿעלן געוואָרן, און ער זאָגט אים:

— ר׳ אײַזיקל דזשידעטשעווער, נאָך דעם ווי ער איז אַן אַלמן געוואָרן, האָט מער ניט חתונה געהאַט. ער איז פֿאַרהייראַט צו דער תּורה, פֿלעגט ער זאָגן.

— נו, — שמייכלט ר׳ חיים, — ווילסטו איך זאָל אויך חתונה האָבן מיט דער תּורה? זי איז דאָך שוין אַן אשת־איש!


אַ ניט־פֿאַרגינער

אַ מאַן האָט געלאָזט אַ צוואָה, אַז זײַן פֿרוי זאָל ניט גיין אויף זײַן לוויה.

— אָט דאָס הייסט אַ שלעכטער מאַן! — באַקלאָגט זיך דאָס ווײַב פֿאַר די שכנטעס, — אַפֿילו נאָכן טויט פֿאַרגינט ער ניט זײַן ווײַב אַ קאַפּעטשקע פֿאַרגעניגן.


אַן אַלמנה איז אַ סכּנה, אַ גרושה איז אַ בושה

אַ מאַן האָט חתונה געהאַט מיט אַן אַלמנה און זי געוואָלט גטן, ווײַל ער האָט אין איר געפֿונען אַ פֿעלער. הײַנו: אַן אַנדערע איז אים בעסער געפֿעלן געוואָרן.

בײַם רבֿ האָט זי געטענהט, אַז זי וויל ניט: „ער האָט מיך גענומען אַן אַלמנה, מוז ער מיך איבערלאָזן אין דעם זעלבן שטאַנד — אָבער ניט ווי אַ גרושה‟.

Source: http://blogs.yiddish.forward.com/oyneg-shabes/178740?utm_source=Sailthru&utm_medium=email&utm_term=Oyneg%20Shabes&utm_campaign=Oyneg%20Shabes#ixzz32ZKsLUEa

Las opiniones expresadas aquí representan el punto de vista particular de nuestros periodistas, columnistas y colaboradores y/o agencias informativas y no representan en modo alguno la opinión de diariojudio.com y sus directivos. Si usted difiere con los conceptos vertidos por el autor, puede expresar su opinión enviando su comentario.

SIN COMENTARIOS

Deja tu Comentario

Artículo anteriorPlatos a baza de sevoya
Artículo siguienteJudíos de Miami acusan a Roger Waters de antisemita antes de concierto
Noticias, Reportajes, Cobertura de Eventos por nuestro staff editorial, así como artículos recibidos por la redacción para ser republicados en este medio.