De día triunfos, de noche sepelios,

Por:
- - Visto 299 veces

די בלוטיקע טראַגעדיע חזרט ווידער זיך איבער. דאָס מאָל אונטערן נאָמען “סלע איתן” -“אָפּעראַציע פֿעלזנפֿעסט” קעגן דעם ראַקעטן־טעראָר פֿון כאַמאַס און זײַנע אונטערערדישע טראַנשײען. אַ באַנײַטע רונדע פֿון דעם פֿאַרכּישופֿטן ראָד פֿון דער אַקטיװער מלחמה און דעם פֿיקטיװן שלום.

ווי לאַנג איז עס דען ווי איך האָב מײַנעם אַן אַרטיקל אין “פֿאָרװערטס” פֿון 25סטן נאָוועמבער 2012 וועגן דער “אָפּעראַציע וואָלקנזײַל”, באַקרוינט מיטן קעפּל: “ביז דער קומענדיקער מלחמה”?- סך הכל מיט אַנדערטהאַלבן יאָר צוריק.

איז -אָט האָבן מיר זי, די “קומענדיקע מלחמה”. און זי איז נאָך אַלץ נישט די לעצטע…איצט רעדט מען שוין ווידער, אַז די נײַע קומענדיקע מלחמה קעגן עזה – קעגן דעם זעלבן “שוין באַזיגטן” כאַמאַס אין עזה – איז אומפאַרמײַדלעך און אַז זי װ עט אויסברעכן אין אַ יאָר אָדער אין צ װ ײ יאָר אַרום…


הײַנט איז דער 20-סטער יולי 2014– דער 13 טער טאָג פֿון דער נײַער אינוואַזיע אין עזה.

אויך יענע מלחמה, װער עס געדענקט נאָך, איז געווען אַ מלחמה פון אונטערערדישע טראַנשייען און ראַקעטעס, מיט וועלכע דער כאַמאַס האָט פֿונעם עזה-שטרײַף טעראָריזירט די ישראלדיקע ישובֿים אויפֿן דרום, און נישט נאָר אויפֿן דרום. יענע האָט אָבער געדויערט בלויז אַכט טעג און איר אָפֿיציעלער נאָמען איז געװען “מבצע עמוד ענן”: – “אָפּעראַציע װאָלקנזײַל” װאָס איז, אין משך פֿון אירע אַכט טעג, געװאָרן אַ װאָלקנברוך

אויך יענע קורצע “אָפּעראַציע”, אַזוי װי כּמעט אַלע אַנדערע פֿון דעם פֿאַרנעם, איז געװאָרן אַ מלחמה. מיט אַלע אירע אייגנשאַפֿטן. נאָך איין פֿאַרכּישופט ראָד אין דער לאַנגער קייט פֿון די פֿאַרכּישופֿטע רעדער פֿון טעראָר און מלחמה, מיליטערישע אַקציעס און אָפּעראַציעס מיט אַלע זייערע באַגלייט-דערשיינונגען און אויסװירקונגען. זײ זײַנען רעזומירט אין דעם קעפּל איבער דעם איצטיקן אַרטיקל, און מיר ברענגען אים דאָ װי אַ מעטאַפֿאָרישע פּאַראַפֿראַזע פון, להבדיל, אבֿרהם סוצקעװערס פּאָעמע א. נ. “בײַטאָג אַ לװיה, בײַנאַכט אַ קאָנצערט”…

עס איז דאָך איבעריק צו דערמאָנען, אַז אין די 67 יאָר פון איר אומאָפּהעניקער עקזיסטענץ געפינט זיך “מדינת ישראל” אין אַ פּערמאַנענטן פּראָצעס פון אויפֿבוי און פֿאַנאַנדערבוי. אָבער אין דער זעלבער צײַט,, און גאָר באַזונדערס אין די 46 יאָר זינט דער 6-טאָגיקער מלחמה, געפֿינט זי זיך, די מדינה, אין צושטאַנד פון מלחמה, מיט אָנאויפֿהערנדיקע, כּסדר זיך איבערחזרנדיקע פֿײַער- איבעררײַסן און קורצדויערנדיקע פּויזעס פֿון שטילשטאַנד, און אַלע שײנע דערגרייכונגען ווערן אַלץ מער און אַלץ מער באַדראָט דורך איר אַװאַנטוריסטישער פּאָליטיק.

אַ פֿאַרכּישופֿט ראָד פון העצע און שינאה און מאָרד, טעראָר און קעגן-טעראָר – ביז קריגס-אַקציעס און מלחמה-באַגלייט פֿון דער אידעאַליזאַציע פֿון כוח, פֿון נקמה און מיליטאַנטישע אויסנאַם-געזעצן, װי אַ געלעגנהייט פֿאַר די פּאַטענטירטע “פּאַטריאָטן” צו דערשטיקן דעם פרײַען געדאַנק דורך אָנװענדן אַ געזעלשאַפֿטלעכן טעראָר פֿון טאַדלונגען און באַשולדיקונגען אין פֿאַראַט – פֿאַר יעדן אויסדרוק פֿון אנטי-ראַסיסטישער און אנטי-מיליטאַריסטישער אָדער אַנטי-משיחיסטישער קריטיק. און צום סוף מיט טעותן און דורכפֿאַלן און – מלוכישע אויספֿאָרש-קאָמיסיעס און מיט אַלע אַנדערע אויסווירקונגען פון דער מלחמה-אַטמאָספער..

אין עקסטאַז פֿון ברענענדיקן האַס

אַ פֿאַרכּישופֿט ראָד – אַזוי װי אַלע רעדער – האָט נישט קיין אָנהײב און קײן סוף. עס איז אויך שוין טויזנטער מאָל געזאָגט געוואָרן, אַז אַ מלחמה ווייסן מיר ווי אַזוי זי הײבט זיך אָן, אָבער מיר ווייסן נישט מיט װאָס זי װעט זיך פֿאַרענדיקן. פֿון אונדזער אַלטיאָריקער דערפֿאַרונג װײסן מיר אָבער זייער גוט, אַז ראַסיזם און מיליטאַריזם זײַנען די צװײ דאָמינירנדיקע באַשטאַנד-טיילן פֿון דעם פֿאַרכּישופֿטן ראָד פֿון טעראָר און מלחמה. אויף איר באָדן װאַקסט אויס אויך דער משיחיזם.

דער משיח פֿון פֿײַער

די װ ײַטערדיקע שורות ווערן געשריבן דעם 20-סטן יולי 2014 אין 23 סטן טאָג פֿון דער “אָפּעראַציע” אונטערן נאָמען “פֿעלזנפֿעסט” (צוק איתּן). מיט צװײ טעג צוריק איז געבראַכט געװאָרן פֿאַרן קרײַז-געריכט אין ירושלים דער 29-יאָריקער יוסף חיים בן-דוד פֿון דער התנחלות אדם אויף די “שטחים”, מיט זײַנע צװײ מינדעריעריקע (16-יעריקע) שותּפֿים צום אכזריתדיקן מאָרד פֿון דעם 9יאָריקן אַראַבישן ייִנגל מוכאַמעד אַבו כאַדיד פֿון דעם פליטים קוואַרטל שואַפֿאַט אין מזרח-ירושלים, װעלכן די דרײַ יונגעלײַט האָבן לעבעדיקערהייט פֿאַרברענט, װי אַ נקמה קעגן דעם מאָרד פון די דריי ייִדישע ייִנגלעך אויף דער זײַט מויער פֿון דער ראַסיסטישער שׂינאה. װערנדיק אַרײַנגעפֿירט אין געריכט-זאַל צום אויסהערן דעם באַשולדיקונגס- אַקט, האָט דער באַשולדיקטער מערדער אויסגעשריען:

-איך בין משיח בן דוד, איך בין משיח !

זײַן אַדװאָקאַט האָט געטענהט פֿאַרן ריכטער, אַז דער באַשולדיקטער איז נישט בײַם קלאָרן זינען און ער ווייסט נישט װאָס ער רעדט. אָבער אויף דער פראַגע פון דעם ריכטער האָט דער באַשולדיקטער געענטפֿערט, אַז ער האָט גוט פֿאַרשטאַנען אין װאָס ער װערט באַשולדיקט און אַז ער איז בײַם פֿולן קלאָרן באַװוּסטזײַן. אַזוי האָבן אויך דערקלערט זײַנע צװײ 16-יעריקע געהילפֿן.

יאָ, פֿאַר די אַדװאָקאַטן איז דער פּסיכישער צושטאַנד דער בעסטער מאָטיװ צו פֿאַרטײדיקן זייערע קליענטן און צו באַפרײַען די מערדער פֿון אחריות פֿאַר זייערע פֿאַרברעכנס. נאַציאָנאַלע סאָלידאַריטעט אין אַ פֿאַרטײדיקונגס-מלחמה איז אַ געזונטער אינסטינקט פון אַן אַנגעגריפֿענעם פֿאָלק. אָבער ווען דער דאָזיקער געזונטער אינסטינקט ווערט אויסגענוצט דורך די אומגעצוימטע פֿאַנאַטיקערס װי אַ פֿרוכטיקער באָדן פֿאַר זייער שאָװיניסטיש-ראַסיסטישער העצע, װערט די העצע לײַכט פֿאַרװאַנדלט אין דעם שװעבעלע, װאָס צינדט אָן דאָס פֿײַער פֿון דעם מאַסן-פּסיכאָז, פֿון דעם געזעלשאַפֿטלעכן עקסטאַז און דעם נאַציאָנאַלן שגעון.

ראַסיזם און קאָלעקטיװע שינאה זײנען עפּידעמישע קראַנקהײטן, װאָס װירקן אָנשטעקנדיק באַזונדערס אין קריטישע צײַטן.

דער געמפּילטער שלום-שוואַנגער

עס איז קײן ספק נישט, אַז דער איצטיקער בלוטיקער קריזיס איז אַ דירעקטער רעזולטאַט פֿון דעם צוזאַמענברוך פֿון דער שלום-איניציאַטיוו פֿון דזשאָן קערי, װאָס איז טאָרפּעדירט געװאָרן דורך די צדדים. דורך וועלכן פֿון זיי ? – דאָס געהערט שוין צו דער פּאָליטישער אינטערפּרעטאַציע פֿון יעדן צד, װאָס װאַרפֿט אַרויף, װי געװײנלעך, די שולד אויף דעם אַנדערן.

װען עס האָט שוין געהאַלטן, דעם 29סטן אַפּריל ד”י, אין לעצטן טאָג פֿון דער נײַן-חדשימדיקער שלום-שװאַנגערשאַפֿט ממש אָט-אָט-אָט בײַם חתמענען אַ ראַמען-הסכּם פֿאַר קאָנקרעטע פֿאַרהאַנדלונגען, האָט די פּאָליטישע שװאַנגערשאַפֿט געמפּילט. יעדער צד האָט אַרויסגערוקט אַ נײַעם באַדינג, אַ נישט אָננעמלעכן פֿאַר דעם אַנדערן צד, די פֿאַרהאַנדלונגען פֿאָרצוזעצן. די שװערסטע שטרויכלונגען זײַנען אָבער געווען די פּראָװאָקאַטיווע בוי-פּראָיעקטן פון דעם מיניסטער פאַר וווינונגס-בוי אורי אריאל אין די קאָלאָניעס אויף די אָקופּירטע שטחים., און אונטערן דרוק פֿון מינ. נפתלי בענעט, דעם מיליטאַנטישן מנהיג פֿון “הבית היהודי”, האָט נתניהו מבטל געמאַכט דאָס באַפֿרײַען די 43 פּאַלעסטינער טעראָריסטן-אַרעסטאַנטן װי דעם לעצטן אַקט אין די ראַמען פון דעם פֿריִער אונטערגעשריבענעם אָפּמאַך מיט די פּאַלעסטינער.

אין אָט דער געשפּאַנטער אַטמאָספֿער אין די באַציונגען מיט די פּאַלעסטינער זענען דרײַ ייִדישע יוגנטלעכע געװאָרן “געקידנעפּט” אין גוש עציון, און נתניהו האָט געעפֿנט אַ העפֿטיקע העץ-אַטאַקע קעגן אַבו-מאַזענען, אַרויפֿװאַרפֿנדיק אויף אים די פֿולע אחריות פֿאַר דער פֿאַרכאַפּונג – נישט געקוקט דערויף, װאָס דאָס איז געשען אויף דעם טייל פֿון דער פּאַלעסטינער אינסטאַנץ, אויף וועלכן די קאָנטראָל איבער דער זיכערהייט איז אונטער דער עקסקלוסיווער אחריות פֿון מדינת-ישׂראל.

נתניהו: “אַבו‾מאַזען איז ערגער פון כאַמאַס “…

גראָד אין אָט דער צײַט האָט אַבו-מאַזען זיך אויסגעצייכנט ווי אַן אחריותפֿולער מנהיג, וועלכער האָט זיך נישט אונטערגעגעבן דעם דרוק פון דער פּאַלעסטינער “גאַס” און האָט עפנטלעך געטאַדלט – אויף אַראַביש, און אויף דער קאָנפֿערענץ פֿון די אַראַבישע אויסער-מיניסטאָרן – דאָס פֿאַרכאַפּן די דרײַ ייִדישע ייִנגלעך פֿון די “שטחים”, נאָך דעם ווי ער האָט פֿריִער, אין יאָרטאָג פון ייִדישן אומקום און גבֿורה, זיך עפֿנטלעך סאָלידאַריזירט און אָפּגעגעבן כבּוד די קרבנות פֿונעם נאַצישן באַרבאַריזם אינעם יום השואה – צום יאָרטאָג פון דער נאצישער שחיטה איבער דעם יידישן פּ עם דגשאָלק אין אייראָפּע.

אָבער נתניהו האָט זײַן העץ-קאַמפּאַניע קעגן אַבו מאַזענען נישט אָפּגעשטעלט. אויך נישט נאָך דעם ווי עס האָט זיך אַרויסגעװיזן, אַז די געקידנעפּטע ייִנגלעך זײַנען דערמאָרדעט געװאָרן דורך טעראָריסטן קורץ נאָך זייער פאַרכאַפּונג. נתניהו האָט געטענהט, אַז דער פּאַלעסטינעזישער מנהיג איז “ערגער און געפֿערלעכער פֿון כאַמאַס” און ער האָט אים באַצײכנט אַלס NON PARTNER, דעם געפֿערלעכן שׂונא פֿון דער מדינה און פֿון ייִדישן פֿאָלק. אַזוי װי אהוד ברק האָט באַצײכנט אַראַפֿאַטן מיט דרײַצן יאָר פֿריִער.

צו דעם איז צוגעקומען נתניהוס היסטערישע קעגנערשאַפֿט צום הסכּם, וועלכן אבו מאַזען האָט געשלאָסן מיטן אָנפֿירער פֿון כאַמאַס אין עזה װעגן צוריקקערן עזה אונטער דער קאָנטראָל פֿון אַ בשותפֿותדיקער פּאַלעסטינער רעגירונג. בראש מיט אבו-מאַזענען. דאָס װאָלט געעפֿנט אַ גלענצנדיקע געלעגנהייט אַרויפֿצוגיין אויפֿן װעג צו אַ פֿרידלעכער לייזונג פֿאַר דעם קאָנפֿליקט פֿון ישראל נישט נאָר מיט די פּאַלעסטינער, נאָר אויך מיט די אַראַבישע לענדער אין דעם ראַיאָן.

דאָס שטימט אָבער נישט מיט נתניהוס “חזון” פֿון דער “נאַציאָנאַלער מדינה פֿון ייִדישן פֿאָלק אין ארץ ישראל”- און ער האָט פֿאַרלאַנגט פֿון דעם אבו מאזענען דעם “נאָן-פּאַרטנער” “אויסצוװײלן צװיש כאַמאַס – אָדער ישׂראל”.. פֿאַר נתניהון איז דאָס געווען אַ נײַע גלענצנדיקע געלעגנהייט צו טאָרפּעדירן די אָפּמאַכן פֿון אָסלאָ און צו שטרויכלען זײַן אײגענע פֿאַרפֿליכטונג פֿון בר אילן צו רעאַליזירן דעם געדאַנק פֿון “צװײ מדינות פֿאַר בײדע פֿעלקער”.

אין צװישן האָט די ראַסיסטישע העצע, װאָס האָט זיך צעהוליעט קעגן די אַראַבער אין די “פֿײסבוקס”, אויף די װענט אין אַראַבישע ישובים און אָביעקטן, אין די באַרן, װי אויך אין דעם אָפֿיציעלן פּאָסטער פון דער מוניציפּאַליטעט פון אור יהודה, מיטן רוף צו דער אַרמײ: “דערלאַנגט זײ אין זייער מאַמעס מוטער אַרײַן”… אין דער דאָזיקער ראַסיסטישער העצע האָט זיך אַײַנגעפֿלאָכטן דער דעקאַן פֿון בר-אילן אוניװערסיטעט אין זײַן פֿאַרלאַנג צו אַ פּראָפֿעסאָר, אַ לעקטאָר אין יורידישן פֿאַקולטעט, ער זאָל זיך אַנטשולדיקן פֿאַר אויסדריקן זײַן באַדויער איבער דעם טויט פון אַלע ציװילע קרבּנות פון דער מלחמה.

די דאָזיקע גיפֿטיקע קאמפּאַניע האָט איר אָפּגעטאָן: – אַזוי װי די גיפֿטיקע העץ-קאַפּאַניע קעגן ראַבינען מיט צװאַנציק’ יאָר צוריק האָט זי דערפירט צו דעם בראַנד-מאָרד פֿון דעם 9 יאָריקן אַראַבישן ייִנגעלע מאָכאַמעד אַבו כאַדאַד, װ ע לכער איז פארברענט גע װ ארן לעבעדיקערהייט דורך אַ כאָפּטע יונגע יידישע כוליגאַנעס אויף די אָקופּירטע שטחים..

אויב מען וואָלט גערופֿן דעם פּרעמיער נתניהו ער זאָל אויפֿטרעטן פֿאַרן געריכט װי אַן עדות קעגן די דרײַ באַרבאַרישע פֿיראָמאַנען, װאָלט ער נישט געקאָנט אָפּלײקענען, אַז ער איז געװען אַ שותף צו דער גיפֿטיקער אַטמאָספֿער, צום אָנצינדן דאָס פֿײַער פֿון דער שׂינאה, װאָס האָט זיך צעפֿלאַקערט נאָך דעם מאָרד פֿון די דרײַ פֿאַרכאַפּטע ייִדישע ייִנגלעך, אין גוש עציון.

דאָס איז געװען, װי געזאָגט, קורץ נאָך דעם צוזאַמענברוך פֿון דער שלום-איניציאַטיװ פֿון דזשאָן קערי.

די פֿריִערדיקע “לעצטע” אָפּעראַציע “װאָלקנזײַל”, די פֿון סך-הכּל מיט אַנדערטהאַלבן יאָר צוריק, אין נאַװעמבער 2012, האָט זיך אַנגעהויבן אַזוי װי די איצטיקע פֿעלזנפֿעסטע” און אַזוי װי אַלע פֿריִערדיקע מיליטערישע אָפּעראַציעס, מיט אַ מאַסיװער אונטערשטיצונג פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג, און מיט דעמאָנסטראַציעס מיטן ע װ יז: “לאָזט צה”ל מנצח זײַן”. אין רעגירונגס-קאַבינעט האָט אלי ישי, דער דעמאָלטיקער מנהיג פֿון ש”ס, װאָס איז געווען דער ספֿרדישער פֿאָרגייער פֿון דעם איצטיקן אשכנזישן עקסטרעמיסט נפתלי בענעט פון “הבית היהודי”, געפֿאָדערט צו צעשמעטערן עזה אַז עס זאָל פֿון איר קיין זכר נישט בלײַבן. און דער דעמאָלט רעגירנדיקער דרײַלינג נתניהו-ברק-ליבערמאַן האָט פֿאַרזיכערט, אַז די אָפּעראַציע וועט דויערן ביז וואַנען דער כאַמאַס וועט אַרויסהייבן די װײַסע פֿאָן, און אַז נאָך דער דאָזיקער אָפּעראַציע װעט דער כאַמאַס מער נישט קענען אויפֿהייבן דעם קאָפּ.

צה”ל האָט מאָביליזירט 75.000 זעלנער-רעזערוויסטן, װאָס האָבן געװאַרט בײַ דער גרענעץ אַרײַנצומאַרשירן אין דעם עזה-שטרײַף. דאָס װאָרט האָט אָבער געהאַט דער ישראלדיקער לופט-פֿלאָט, װאָס האָט אין די אַכט טעג געזײעט וחן דער לופֿט פֿאַרװיסטונג אויפֿן שטח פֿון דעם עזה‾שטרײַף.

דער בלוטיקער שניט פון די אַכט טעג אין נאָ װ עמבער 2013 איז געװען: 177 פּאַלעסטינער הרוגים. פֿון זיי 101 טעראָריסטן פון כאַמאַס, און 57 ציווילע, צווישן זיי 34 קינדער. די צאָל דערהרגעטע ישראלים:: 6 זעלנער פֿון צה”ל.

דאָס לעצטע װאָרט האָט אַבער געזאָגט דער כאַמאַס, װעלכער האָט, אין יענער נאַכט נאָכן אָנמעלדן דעם שטילשטאַנד, געטאַנצט אויף די חורבֿות און געיוֹבלט זײַן נצחון מיט ריזיקע מאַניפֿעסטאַציעס אויף די גאַסן און געסלעך פֿון דער חרובער עזה.

דער דערגרייכטער הסכם אין רעזולטאַט פֿון דער אַכט־טאָגיקער מלחמה האָט צום ערשטן מאָל געשאָנקען דעם טעראָריסטישן כאַמאַס אַן אינטערנאַציאָנאַלע פּאָליטישע לעגיטימאַציע, װי אויך ישראלדיקע פֿאַרפֿליכטונגען צו פֿאַרלײַכטערן די בלאָקאַדע אַרום עזה.דאָס אַלץ איז אָבער פֿאַרגעסן געװאָרן אין די קורצע אַנדערטהאַלבן יאָר ביז צום אויסברוך פֿון דער נײַער “אָפּעראַציע” אין דעם זעלבן נוסח, מיט דער זעלבער רעטאָריק – נאָר אונטער אַן אַנדערן נאָמען – און אין אַ סך אַ גרעסערן פֿאַרנעם פֿון דער נאַציאָנאַלער טראַגעדיע.

30סטער יולי 2014

Acerca de Central de Noticias Diario Judío

Noticias, Reportajes, Cobertura de Eventos por nuestro staff editorial, así como artículos recibidos por la redacción para ser republicados en este medio.

Deja tu Comentario

A fin de garantizar un intercambio de opiniones respetuoso e interesante, DiarioJudio.com se reserva el derecho a eliminar todos aquellos comentarios que puedan ser considerados difamatorios, vejatorios, insultantes, injuriantes o contrarios a las leyes a estas condiciones. Los comentarios no reflejan la opinión de DiarioJudio.com, sino la de los internautas, y son ellos los únicos responsables de las opiniones vertidas. No se admitirán comentarios con contenido racista, sexista, homófobo, discriminatorio por identidad de género o que insulten a las personas por su nacionalidad, sexo, religión, edad o cualquier tipo de discapacidad física o mental.


El tamaño máximo de subida de archivos: 300 MB. Puedes subir: imagen, audio, vídeo, documento, hoja de cálculo, interactivo, texto, archivo, código, otra. Los enlaces a YouTube, Facebook, Twitter y otros servicios insertados en el texto del comentario se incrustarán automáticamente. Suelta el archivo aquí

Artículos Relacionados: