Debate sobre la raza y el racismo en la literatura Yiddish

Por:
- - Visto 217 veces

יִדישע שרײַבער, סײַ אין אַמעריקע, סײַ אין מיזרח־אייראָפּע, האָבן אַ סך געשריבן וועגן דעם ראַסיזם קעגן אַפֿריקאַנער אַמעריקאַנער אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. צוליב דעם וואָס דער סיסטעמאַטישער ראַסיזם איז הײַנט אַ הויפּטטעמע אין דער אַמעריקאַנער פּאָליטיק, האַלטן די וואָס פֿאָרשן די ייִדישע ליטעראַטור, אַז ס׳איז אַ פּאַסיקע צײַט צו געבן אַ קוק אויף צוריק און זען ווי ייִדן האָבן באַטראַכט דעם ענין מיט 50, 100, און 150 יאָר צוריק.

דער אַרבעטער־רינג אָרדנט אײַן אַ סעריע פֿון דרײַ דיסקוסיעס וועגן דער טעמע, אין וועלכער דער ייִדישער זינגער מרדכי־צבֿי ראָסל, וועמענס קאָנצערטן דינען אָפֿט ווי אַ בריק צווישן די ייִדישע און אַפֿריקאַנער אַמעריקאַנער מוזיקאַלישע טראַדיציעס, וועט רעדן מיט ליטעראַרטור־פֿאָרשער און איבערזעצער.

אין דער ערשטער פּראָגראַם, וואָס וועט פֿאָרקומען דאָנערשטיק, דעם 4טן פֿעברואַר, 7:00 אין אָוונט ניו־יאָרקער צײַט, וועט מרדכי צבֿי ראָסל, צוזאַמען מיט אלי ראָזענבלאַט און אַליסאַ קווינט אַרומרעדן די פּיעסע ”מיסיסיפּי“ פֿונעם וואַרשעווער דראַמאַטורג, לייב מלאך. די פּיעסע שילדערט דעם פּראָצעס איבער די Scottsboro Boys (סקאָטסבאָרער ייִנגלעך) — נײַן יונגע אַפֿריקאַנער אַמעריקאַנער וועמען מע האָט פֿאַלש באַשולדיקט אין פֿאַרגוואַלדיקן צוויי ווײַסע פֿרויען און געמישפּט צום טויט. „מיסיסיפּי“ האָט מען פֿאָרגעשטעלט מער ווי 200 מאָל אין אַ ריי פּוילישע שטעט. קווינט, אַ מומחה אין דער געשיכטע פֿונעם ייִדישן טעאַטער, אַרבעט איצט אויף דער ערשטער ענגלישער איבערזעצונג פֿון דער פּיעסע, צוזאַמען מיט אַ קריטישן אַנאַליז. בײַ דער געלעגנהייט וועט מען אויך אַרומרעדן אַנדערע ייִדישע פּיעסעס וואָס האָבן געשילערט דעם סיסטעמאַטישן ראַסיזם אין אַמעריקע.


Deja tu Comentario

A fin de garantizar un intercambio de opiniones respetuoso e interesante, DiarioJudio.com se reserva el derecho a eliminar todos aquellos comentarios que puedan ser considerados difamatorios, vejatorios, insultantes, injuriantes o contrarios a las leyes a estas condiciones. Los comentarios no reflejan la opinión de DiarioJudio.com, sino la de los internautas, y son ellos los únicos responsables de las opiniones vertidas. No se admitirán comentarios con contenido racista, sexista, homófobo, discriminatorio por identidad de género o que insulten a las personas por su nacionalidad, sexo, religión, edad o cualquier tipo de discapacidad física o mental.


El tamaño máximo de subida de archivos: 300 MB. Puedes subir: imagen, audio, vídeo, documento, hoja de cálculo, interactivo, texto, archivo, código, otra. Los enlaces a YouTube, Facebook, Twitter y otros servicios insertados en el texto del comentario se incrustarán automáticamente. Suelta el archivo aquí

Artículos Relacionados: