אַחוץ אין מעקסיקע, וווּ עס קומט פֿאָר יעדעס יאָר דער זינג־פֿאַרמעסט „דער ייִדישער אײַדאָל“ קען מען זעלטן ווען דערוואַרטן, אַז מע זאָל זינגען אַ ייִדיש ליד אויף אַזאַ מין זינג־קאָנקורס, שוין אָפּגערעדט פֿון דעם, אַז מע זאָל עס זען אויף דער טעלעוויזיע. לעצטנס, אָבער, איז אַמאַליע רובין, אַ יונגע אַמעריקאַנער ייִדישע טאָכטער, אויפֿגעטראָטן מיט משה נאַדירס באַליבט ליד „דער רבי אלימלך“ אין אַ טעלעוויזירטן זינג־קאָנקורס אין מאָנגאָליע.

מאָנגאָליע? יאָ, אין מאָנגאָליע. די זינגערין, וואָס וווינט טאַקע אין דער מאָנגאָלישער הויפּטשטאָט אולאַאַנבאַאַטאַר, ספּעציאַליזירט זיך אין דער מוזיק פֿון מאָנגאָליע און טיבעט. ווי מע קען זען אין די ווידעאָס, וואָס זי האָט אַרויפֿגעשטעלט אויף איר „פֿייסבוק“־זײַטל, קען זי רעדן מאָנגאָליש און טיבעטיש. זי איז דווקא באַקאַנט אין טיבעט און צווישן די טיבעטער אין אויסלאַנד ווי איינע פֿון די איינציקע מערבֿדיקע פֿרויען, וואָס זינגט אויף אַ פֿליסיקן טיבעטיש. אַחוץ טיבעטיש און מאָנגאָליש, טרעט זי אָפֿט אויף אויף אַנדערע שפּראַכן, אַרײַנגערעכנט הינדיש, טײַלענדיש, דזשודעזמע, העברעיִש און כינעזיש.

Der Rebbe Elimelech by Amalia Rubin with a Traditional Mongoli...

American-Jewish singer, Amalia Rubin, singing "Der Rebbe Elimelech" on Mongolian TV with a Mongolian Traditional Band.Еврей америк эмэгтэй Амаля Рубин Еврей ардын дууг монгол ардын хөгжмийн хамтлагтай Монголын тв-ээр дуулж буй нь

Posted by Amalia Rubin on Friday, April 7, 2017

אינעם ווידעאָ אויבן, וואָס עס האָבן שוין געזען מער ווי 37,000 מענטשן, זינגט זי אויף דער טעלעוויזיע־פּראָגראַם Universe Best Songs, וואָס איז אַ מאָנגאָלישער נוסח פֿונעם באַרימטן אַמעריקאַנער זינג־פֿאַרמעסט American Idol. כאָטש זי איז אַ פֿעיִקע זינגערין באַמערקט איינע פֿון די ריכטערינס (די וואָס רעדט צו איר אויף ענגליש) אַז זי האָט ניט גענוג פּראַקטיצירט מיט דער קאַפּעליע פֿון טראַדיציאָנעלע מאָנגאָלישע מוזיקער, וואָס האָט זי באַגלייט. ניט געקוקט אויף דעם, איז קלאָר פֿונעם ווידעאָ אַז דער עולם האָט שטאַרק הנאה געהאַט פֿון איר אויפֿטריט, כאָטש זיי האָבן מסתּמא אַ סך ווייניקער פֿאַרשטאַנען דאָס ליד ווי דאָס ליד פֿון איר ערשטן אויפֿטריט, אויף מאָנגאָליש.

Fuente: http://yiddish.forward.com/articles/203644/the-rebbe-elimelech-on-mongolian-tv/#ixzz4eu33AiRJ

SIN COMENTARIOS

Deja tu Comentario

A excepción de tu nombre y tu correo electrónico tus datos personales no serán visibles y son opcionales, pero nos ayudan a conocer mejor a nuestro público lector

A fin de garantizar un intercambio de opiniones respetuoso e interesante, DiarioJudio.com se reserva el derecho a eliminar todos aquellos comentarios que puedan ser considerados difamatorios, vejatorios, insultantes, injuriantes o contrarios a las leyes a estas condiciones. Los comentarios no reflejan la opinión de DiarioJudio.com, sino la de los internautas, y son ellos los únicos responsables de las opiniones vertidas. No se admitirán comentarios con contenido racista, sexista, homófobo, discriminatorio por identidad de género o que insulten a las personas por su nacionalidad, sexo, religión, edad o cualquier tipo de discapacidad física o mental.
Artículo anteriorLiga Española: Kaplan y los Schwartzman
Artículo siguienteLos Milagros de Belmonte
Noticias, Reportajes, Cobertura de Eventos por nuestro staff editorial, así como artículos recibidos por la redacción para ser republicados en este medio.