Día 51de la guerra

Por:
- - Visto 263 veces

מאַקס בלומענטאַל איז אַ ייִדישער-אַמעריקאַנער מחבר און זשורנאַליסט, וואָס האַלט קריטישע און פּראָוואָקאַטיווע מיינונגען בנוגע מדינת-ישׂראל.

מיט צוויי יאָר צוריק האָב איך אים אינטערוויויִרט נאָך דער פּובליקאַציע פֿון זײַן צווייטן בוך „גלית: דאָס לעבן און שׂינאה אין גרויס-ישׂראל” (Goliath: Life and Loathing in Greater Israel), וווּ ער האָט באַשריבן די ישׂראלדיקע געזעלשאַפֿט, ווי איינע וואָס איז אָנגעשטעקט מיט ראַסיזם און מיליטאַריזם (http://yiddish.forward.com/articles/173882/israel-the-goliath-in-a-new-book/ ). יענער אַרטיקל האָט אַרויסגערופֿן אַ גרויסע רעאַקציע, און אַפֿילו די בכּבֿודיקע צײַטונג „דער אַטלאַנטיק‟ האָט טיילן דערפֿון איבערגעזעצט אויף ענגליש און דיסקוטירט (http://www.theatlantic.com/national/archive/2013/12/pen-google-china-em-goliath-em-a-follow-up/282170/).

איצטער איז בלומענטאַל אַרויס מיט אַ נײַ בוך, „די 51־טאָגיקע מלחמה: חורבן און ווידערשטאַנד אין עזה‟ (The 51 Day War: Ruin and Resistance in Gaza), וועגן דער לעצטער ישׂראל-אָפּעראַציע אין עזה, וואָס אין ישׂראל ווערט עס גערופֿן „צוק איתּן‟ (פֿעסטע סקאַלע). אַנטקעגן דעם ישׂראלדיקן נאָמען, ניצט ער דעם נייטראַלן „די 51־טאָגיקע מלחמה‟, וואָס באַטאָנט דעם אויסנעמלעכן לאַנגן דויער פֿון יענעם בלוטיקן קאָנפֿליקט. אינעם נײַעם בוך שילדערט בלומענטאַל און אַנאַליזירט דעם היסטאָרישן קאָנטעקסט פֿון דער דאָזיקער מלחמה פֿון זומער 2014, אירע שרעקלעכע מענטשלעכע קאָנסעקווענצן, וכדומה.


אין דער הקדמה שטעלט ער שוין די פֿראַגע: „למאַי עזה?‟, און ער דערקלערט: „דער עזה-פּאַס איז אַ געטאָ פֿון קינדער. פֿון זײַנע 1.8 מיליאָן תּושבֿים, איז די מערהייט אונטער 18 יאָר אַלט. ס’רובֿ זענען קיין מאָל נישט אַרויס פֿון דעם ראַיאָן פֿון 360 קוואַדראַט-קילאָמעטער, וווּ זיי זענען געבוירן געוואָרן, אויפֿגעוואָקסן, און געבליבן פֿאַרשפּאַרט. ס’איז ניטאָ פֿאַר זיי קיין קלאָרע צוקונפֿט אויסער דער ישׂראלדיקער מיליטערישער אָקופּאַציע, וואָס האָט געדויערט כּמעט 50 יאָר, און אַ בלאָקאַדע, וואָס מע האָט אָפֿיציעל פּראָקלאַמירט אין 2007. די פֿאָרמאַטיווע יאָרן פֿון אָט די יונגע מענטשן זענען בולט באַצייכנט געוואָרן דורך דרײַ הויפּט מיליטערישע אָנגרײַפֿן…

דער גוואַלד אין עזה איז געוואָרן אַ ריטואַל… אַכציק פּראָצענט פֿון עזהס תּושבֿים זענען פּליטים פֿון מדינת-ישׂראל… יעדע [ישׂראלדיקע] רעגירונג האָט אָט די פּליטים אידענטיפֿיצירט ווי אַ דעמאָגראַפֿישע באַדראָונג, בפֿרט — אַז זייער אומקערן זיך צום היימלאַנד וועט באַדראָען ישׂראלס ייִדישע מערהייט און דעם עצם ציוניסטישן פּראָיעקט (ז’ 2).‟

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/190080/the–day-war/?p=all#ixzz3iS2V8OpY

Acerca de Central de Noticias Diario Judío

Noticias, Reportajes, Cobertura de Eventos por nuestro staff editorial, así como artículos recibidos por la redacción para ser republicados en este medio.

Deja tu Comentario

A fin de garantizar un intercambio de opiniones respetuoso e interesante, DiarioJudio.com se reserva el derecho a eliminar todos aquellos comentarios que puedan ser considerados difamatorios, vejatorios, insultantes, injuriantes o contrarios a las leyes a estas condiciones. Los comentarios no reflejan la opinión de DiarioJudio.com, sino la de los internautas, y son ellos los únicos responsables de las opiniones vertidas. No se admitirán comentarios con contenido racista, sexista, homófobo, discriminatorio por identidad de género o que insulten a las personas por su nacionalidad, sexo, religión, edad o cualquier tipo de discapacidad física o mental.


El tamaño máximo de subida de archivos: 300 MB. Puedes subir: imagen, audio, vídeo, documento, hoja de cálculo, interactivo, texto, archivo, código, otra. Los enlaces a YouTube, Facebook, Twitter y otros servicios insertados en el texto del comentario se incrustarán automáticamente. Suelta el archivo aquí

Artículos Relacionados: