פון צבי הירש סארקין
מיין ארטיקל באלאנגט צו א וועלט, וואס פארשווינדט פאר אונזערע אויגן. דערפאר מוז איך צולייגן, אז די אלע דיאלעקטן אין יידיש זיינען בשייך צו דער פאר- גאנגענהייט.
ווי ס’איז גוט באקאנט האט די יידישע שפראך צוויי דיאלעקטן: דער ליטווישער און דער גיליצ-יאנישער. דאס איז אבער נאר דער האלבער אמת. יעדער פון די דערמאנטע דיאלעקטן האבן עטלעכע סובדיאלעקטן, וועגן וועלכע ס’וועט גיין די ווייטער- דיקע באשרייבונג.
דער ליטווישער דיאלעקט איז געווען פארשפרייט אין די באל- טישע לענדער, ווייסרוסלאנד און אין עטלעכע ראיאנען אין צפון- פוילן. יעדער פון די ראיאנען האבן געהאט געוויסע אונטער-שיידונגען. אזוי,ווי למשל, איז דאס מערב-לעטלענדישע און עסטנישע (קורלענדישע)יידיש א ביסל אנדערש פון דעם, וואס מ’רעדט אין ליטע (דאס,קלאסישע’ לשון), און נאך מער אנדערש פון דעם ווייסרוסישן יידיש (רייסיש). דער קורלענדישער דיאלעקט אנטהאלט מער דייטשע ווערטער אין פארגלייך מיטן ליטווישן, וואס האט מער לשון-קודש, און מיטן ווייס-רוסישן, וואס פארמאגט מער רוסישע ווערטער. אפילו אין די דריי ראיאנען זיינען דא לאקאלע אונטערשיידונגען.
דאס גאליציאנער יידיש, וואס איז געווען פארשפרייט אין צענטראל- און דרום-פוילן, אוקראינע, רומעניע, טשעכיע און אונגארן טיילט זיך אויף די פאלגנדיקע סובדיאלעקטן: ווארשעווער, קראק- ער (ס’איז דא אן אונטערשיד צווישן די צוויי), רומענישער, טשעכישער, אונגארישער און אוקראינ- ער.
וואס איז מערקווירדיק איז דאס, אין בוקאווינע (אמאל געווען רומעניע, איצט אוקראינע) רעדט מען א טיפיש-רומענישן יידיש מיט א סך,דייטשמעריזמען’*, להבדיל דעם מערב-רומענישן און אונגארישן יידיש, וואס אנטהאלטן אונגארישע און רומענישע אויסדרוקן. אויסער דעם האט דאס רומענישע יידיש אין מאלדאוויע א סך רוסישע ווערטער.
דאס ווארשעווער יידיש איז געווען פול מיט פוילישע ווערטער און די שפראך ביי די קראקעווער האט פארמאגט מער דייטשמעריזמען. דאס אוקראינישע יידיש פליסט-איבער מיט אוקראיניזמען. פון-דעסט-וועגן פארשטייען זיך אלע יידיש-ריידנדיקע באמת, נאר מיט געוויסע שוועריקייטן, אויף וועלכן דיאלעקט אדער סובדיאלעקט זיי זאלן ניט ריידן.
*דער טערמין,דייטשמעריזם’ קומט פון דער פראווינץ מערן אין מערב-טשעכיע, וואו מ’האט גערעדט א געמיש פון א גאליציאנישן יידיש מיט דייטש. דייטש + מערן = דייטשמעריש. א
Artículos Relacionados: