
אין אַפּריל 1935 האָט מען אינעם ניו־יאָרקער איסט סײַד, שוין וואָכן פֿאַר פּסח, געקענט פֿילן די שטימונג פֿונעם יום־טובֿ. אין די ייִדישע צײַטונגען, ווי דער פֿאָרווערטס, האָט מען געזען, אַחוץ די געוויינטלעכע רעקלאַמעס פֿאַר דענטיסטן, אַדוואָקאַטן, אָנצוגן און שיך אויך אַ צאָל אַנאָנסן פֿאַר מצות.
אַ סך מענטשן ווייסן אָבער נישט אַז די רעקלאַמעס האָט מען אויך געזען אין דער ניו־יאָרקער דזשודעזמער צײַטונג, „לאַ וואַראַ‟.
אַלע מצות וואָס זענען רעקלאַמירט געוואָרן אין דער ייִדישער און לאַדינאָ־פּרעסע זענען געווען פּראָדוצירט אין פֿאַבריקן — אַ רעזולטאַט פֿון דער אינדוסטריאַליזאַציע פֿון אַ סך אַמעריקאַנער פּראָדוקטן אין יענע צײַטן. די מאַשין־פּראָדוצירטע מצות זענען געווען אין דער פֿאָרעם פֿון אַ קוואַדראַט, וואָס האָט דערמעגלעכט מע זאָל זיי קענען גרינג אַרײַנלייגן אין קאַרטאָנען און טראַנספּאָרטירן.
אָבער נישט אַלע לייענער זענען געווען צופֿרידן מיט די קוואַדראַט־מצות. פּוסקים האָבן געפֿירט וויכּוחים וועגן דעם איבערגאַנג פֿון די טראַדיציאָנעלע האַנט־געמאַכטע קײַלעכיקע מצות צו די קוואַדראַט־מצות וואָס מע האָט פֿאַבריקירט דורך מאַשינען — אַ מחלוקת וואָס האָט זיך אָנגעהויבן אין מיזרח־אייראָפּע אין די 1850ער יאָרן און ממשיך געווען שפּעטער, אין אַמעריקע — בפֿרט וואָס שייך די מצות פּראָדוצירט פֿון דער פֿירמע מאַנישעוויץ.
- Leer completo, oprima aquí.