Dubnov, el padre de la historiografía judía

Por:
- - Visto 265 veces

דער באַרימטער ייִדישער היסטאָריקער שמעון דובנאָװ האָט אָנגעהױבן זײַן קאַריערע  אין די 1880ער יאָרן װי אַ ליטעראַטור־קריטיקער פֿאַר דער רוסישער צײַטשריפֿט  „װאָסכאָד‟ („אױפֿגאַנג‟). זײַן ערשטע היסטאָרישע פֿאָרשונג איז געװען די געשיכטע  פֿון חסידות, װאָס ער האָט פֿאַרעפֿטנלעכט אין המשכים אין דער זעלבער צײַטשריפֿט  צװישן די יאָרן 1888 און 1893. שפּעטער האָט ער די דאָזיקע געשיכטע איבערגעאַרבעט  און אַרױסגעגעבן אױף העברעיִש אין 1930, אָבער דער רוסישער אָריגינאַל איז  פֿאַרבליבן בלױז אין דער צײַטשריפֿט־פֿאָרעם. איצט, העכער 120 יאָר נאָך דער  אָריגינעלער פּובליקאַציע, איז דאָס דאָזיקע װערק צום ערשטן מאָל אַרױס װי אַ בוך  אױף רוסיש אינעם פֿאַרלאַג „גשרים‟ (מאָסקװע/ירושלים).

דובנאָװ האָט געאַרבעט איבער דער געשיכטע פֿון חסידות אין דער צײַט, װען ער האָט  אַלײן איבערגעלעבט אַ טיפֿן גײַסטלעכן קריזיס. ער איז אַראָפּ פֿונעם  טראַדיציאָנעלן שטײגער פֿון ייִדישקײט און האָט געזוכט נײַע דרכים. װי עס באַמערקט  דער רעדאַקטאָר פֿון דער איצטיקער אױסגאַבע פּראָפֿעסאָר אליהו לוריא: „אַ סבֿרה,  אַז דובנאָװ האָט געזוכט אין זײַנע היסטאָרישע שטודיעס אַן אַנדערן מין ייִדישקײט:  אַ רײַכע און אָריגינעלע טראַדיציע, װאָס איז אַנדערש פֿונעם דערעסענעם סטאַטעטשנעם  שטײגער פֿון זײַן מתנגדישער סבֿיבֿה‟. אַזױ אַרום האָט דובנאָװ באַטאָנט דעם  אונטערשייד צווישן דעם דעמאָקראַטישן, לײַדנשאַפֿטלעכן און לעבעדיקן חסידות דעם  קאַלטן, פֿאָרמעלן און פֿאַרגליװערטן גלױבן פֿון מתנגדים, װאָס ער האָט גוט געקענט  פֿון זײַן אײגענער ליטװישער משפּחה.

דובנאָװ האָט ניט באַקומען קײן סיסטעמאַטישע אַקאַדעמישע בילדונג אין היסטאָרישע  שטודיעס, אָבער ער איז געװען זײער אָנגעלײענט אין פֿאַרשידענע שפּראַכן. אַ שטאַרקע  השפּעה אױף זײַן געדאַנקענגאַנג האָט געהאַט דער באַקאַנטער פֿראַנצױזישער  היסטאָריקער ערנסט רענאַן. רענאַנס ביאָגראַפֿישע שטודיע „דאָס לעבן פֿון יעזוסן‟  איז געװען זײער פּאָפּולער אין אײראָפּע, אָבער די רוסישע קריסטלעכע צענזור האָט  דאָס דאָזיקע בוך פֿאַרװערט צוליב זײַן פֿרײַדענקערישן קוק אױפֿן גרינדער פֿון  קריסטנטום. דובנאָװ האָט זיך באַנוצט מיט רענאַנס בעלעטריסטישן מעטאָד, כּדי צו  שילדערן לעבעדיקע פּסיכאָלאָגישע פּאָרטרעטן פֿון די אָבֿות פֿון חסידות. ער האָט  פֿאָרגעשטעלט דעם בעל־שם־טובֿ און זײַנע תּלמידים לױטן מוסטער פֿון יעזוסן און  זײַנע אַפּאָסטאָלן װי די גרינדער פֿון דער נײַער שיטה פֿון ייִדישקײט. אָבער די  װײַטערדיקע אַנטװיקלונג פֿון חסידות האָט ער פֿאָרגעשטעלט װי אַ מאָראַלישע און  גײַסטלעכע ירידה, אַ קאַמף פֿאַר מאַכט און עשירות, פּונקט אַזױ װי רענאַן האָט  אױסגעטײַטשט די געשיכטע פֿון דער קריסטלעכער קירך אין דער רױמישער אימפּעריע.


לױט דובנאָװן, האָט דער בעש״ט געשעפּט זײַן גײַסטלעכע יניקה פֿון דער אַרומיקער  נאַטור און פֿונעם פּראָסטן פֿאָלק. דאָס בוך „שבֿחי הבעש״ט‟ איז פֿאַר דובנאָװן אַ  מין „יעװאַנגעליום פֿון חסידות‟, אַ קוואַל פֿון װוּנדער־מעשׂיות װעגן דעם הײליקן  צדיק. אַזױ װי יעזוס בײַ רענאַנען, װערט די געשטאַלט פֿונעם בעש״ט צעשפּאָלטן אויף  צװײען: די רעאַלע היסטאָרישע פּערזענלעכקײט און דער מיטאָלאָגישער העלד פֿון  מעשׂיות און לעגענדעס, װאָס איז אַ פּראָדוקט פֿונעם קאָלעקטיװן פֿאָלקסטימלעכן  כּוח־הדמיון. די פּאָזיטיװע אָפּשאַצונג פֿונעם בעש״ט איז געװען דובנאָװס חידוש,  דער היפּוך צו דעם ביטולדיקן קוק פֿון די היסטאָריקער פֿון דער דײַטשישער שיטה פֿון  „װיסשאַפֿט דעס יודענטומס‟, װאָס האָבן געהאַלטן דעם בעש״ט פֿאַר אַ שאַרלאַטאַן  און שװינדלער.

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/177470/the-first-historical-analysis-of-hasidism/#ixzz2yEsGdNyN

Acerca de Central de Noticias Diario Judío

Noticias, Reportajes, Cobertura de Eventos por nuestro staff editorial, así como artículos recibidos por la redacción para ser republicados en este medio.

Deja tu Comentario

A fin de garantizar un intercambio de opiniones respetuoso e interesante, DiarioJudio.com se reserva el derecho a eliminar todos aquellos comentarios que puedan ser considerados difamatorios, vejatorios, insultantes, injuriantes o contrarios a las leyes a estas condiciones. Los comentarios no reflejan la opinión de DiarioJudio.com, sino la de los internautas, y son ellos los únicos responsables de las opiniones vertidas. No se admitirán comentarios con contenido racista, sexista, homófobo, discriminatorio por identidad de género o que insulten a las personas por su nacionalidad, sexo, religión, edad o cualquier tipo de discapacidad física o mental.


El tamaño máximo de subida de archivos: 300 MB. Puedes subir: imagen, audio, vídeo, documento, hoja de cálculo, interactivo, texto, archivo, código, otra. Los enlaces a YouTube, Facebook, Twitter y otros servicios insertados en el texto del comentario se incrustarán automáticamente. Suelta el archivo aquí

Artículos Relacionados: