El enigma que no es ningún enigma (en Yiddish)

Por:
- - Visto 540 veces

Un análisis personal del autor de lo sucedido en Boston en el que explica sus propios pensamientos sobre estos terribles acontecimientos.

Maya Ajzen


איך האָב זיך גאָר ניט געקליבן ווידער צו שרײַבן וועגן דעם באָסטאָנער ענין. אָבער די מעדיאַ האָט זיך אַזוי פֿעסט צוגעכאַפּט צו די ברידער צאַרנאַעוו און דעם מערדערישן אַקט זייערן, גלײַך ווי קיין אַנדערע געשעענישן קומען שוין ניט פֿאָר אין די פֿאַראייניקטע שטאַט און דער איבעריקער וועלט. אַפֿילו די שרעקלעכע טראַגעדיע אין טעקסאַס זעט אויס דורך דער פּריזמע פֿון דער מעדיאַ ווי אַ פֿוסנאָטע צו דער טעמע פֿון באָסטאָן.

די ערגסטע זאַך איז אין דעם אַלץ, וואָס מע רעדט אָפֿט מאָל אין דער וועלט אַרײַן, אַבי צו רעדן. ביזן הײַנטיקן טאָג האָב איך נאָך ניט געזען אויף דער טעלעוויזיע עס זאָל אַרויסזאָגן מבֿינות אַן אמתער עקספּערט. פּאָליטיקער — יאָ. זשורנאַליסטן — אַוודאי. סתּם מענטשן — אַוודאי און אַוודאי. אָבער וווּ זײַנען די לײַט, וואָס פֿאַרשטייען זיך אײַן אין די פּראָבלעמען פֿון טשעטשניע ווי אויך אין אַזעלכע זאַכן ווי די פּסיכאָלאָגיע פֿון אימיגראַנטן? עטלעכע מאָל האָט מען די טעג ציטירט עפּעס אַ באָסטאָנער פּראָפֿעסאָר, וועלכן מע שטעלט פֿאָר ווי אַ מומחה אין דער געשיכטע פֿונעם קאָנפֿליקט אין יעדע מקומות, אָבער מיר שײַנט, אַז ער פֿאַרשטייט אין דעם זייער ווייניק.

איך מיין אַזוי, ווײַל דער דאָזיקער געלערנטער האָט גערעדט (אַזוי, לכל-הפּחות, ציטירט מען אים) וועגן דעם „גענאָציד‟ מצד די רוסן קעגן די טשעטשענצעס. אָבער דאָס אין אין גאַנצן ניט ריכטיק. די רוסן האָבן זיך אויפֿגעפֿירט אין טשעטשניע זייער ווילד, אומברחמנותדיק, אָבער קיין „גענאָציד‟ — דאָס הייסט, קיין סיסטעמאַטישע שחיטה פֿונעם פֿאָלק — איז עס בלי-ספֿק ניט געווען. ס‘איז פּשוט אומפֿאַראַנטוואָרטלעך צו וואַרפֿן זיך מיט אַזעלכע שווער-אָנגעלאָדענע באַגריפֿן. אַזוי קען מען דאָך אויך די אַמעריקאַנער אַרמיי באַשולדיקן אין גענאָציד אין, אַ שטייגער, אַפֿגאַניסטאַן.

הקיצור, קיין ריכטיקע עקספּערטן האָט מען עד-היום ניט געהערט. איך האָף, אַז זיי זײַנען פֿונדעסטוועגן ערגעץ פֿאַראַן. איך מיין אַזעלכע לײַט, וואָס קענען די שפּראַך, די קולטור, די געשיכטע און דעם הײַנטיקן מצבֿ אין דעם דאָזיקן ווינקל פֿון רוסלאַנד, וווּ די צאָל רוסן און אַנדערע ניט-טשעטשענצעס איז הײַנט (אַ חוץ מיליטערלײַט) אַ נישטיקע. און קיין ייִדן זײַנען דאָרטן ניטאָ, כאָטש אָנהייב יאָר האָט מען פּלוצעם צוגעזאָגט אויפֿצובויען אין גראָזני, וואָס איז די הויפּטשטאָט פֿון טשעטשניע, אַ נײַעם בית-מדרש. אמת, ס׳איז שווער זיך פֿאָרצושטעלן, אַז עפּעס אַ ייִד, מיט אַ קאָפּ אויף די פּלייצעס, וועט זיך אומקערן אין דער דאָזיקער שטאָט.

ניט נאָר קיין עקספּערטן אין טשעטשענישע ענינים הערט מען ניט און זעט מען ניט; דאָס זעלבע איז מיט די קענער פֿון אימיגראַנטן בכלל און עמיגראַנטן פֿון טשעטשניע און ענלעכע ערטער בפֿרט. ס‘איז דאָך קלאָר, אַז דער עלטערער ברודער, טאַמערלאַן צאַרנאַעוו, איז געקומען קיין אַמעריקע אין אַ „שווערן עלטער‟ — שוין ניט קיין קינד, אָבער קיין אין גאַנצן דערוואַקסענער מענטש אויך ניט. מיר איז אויסגעקומען צו זען ניט איין מאָל, ווי בײַ אַזעלכע „ניט-אַהין-און-ניט-אַהער‟ באַקומט זיך ניט אויסצוזוכן פֿאַר זיך אַן אָרט אין דעם נײַעם לאַנד, ווי זיי איז שווער צו געפֿינען נאָענטע פֿרײַנד. סוף-כּל-סוף, גלײַכט זיך עס אויס, אָבער דאָס קומט פֿאָר גאָר ניט שטענדיק. אייניקע ציט די גאַנצע צײַט צוריק, אין דער „אַלטער היים‟, די אַנדערע ווערן רעליגיעז, אָדער מע געפֿינט פֿאַר זיך אַנדערע דרכים און פֿאַנטאַזיעס.

דער פּראָצעס פֿון אַדאַפּטירן זיך האָט געדאַרפֿט באַזונדערש שווער דורכגיין בײַ אַזאַ יונג, ווי טאַמערלאַן צאַרנאַעוו, בײַ וועלכן עס שטייט (פּינקטלעכער, איז געשטאַנען) אויפֿן פּנים אָנגעשריבן, אַז ער האָט פֿון זיך געהאַלטן אַ וועלט און געזוכט אַן אופֿן, וואָס זאָל אים גיך ברענגען צום „סוקסעס‟. ווי מיר ווייסן, זײַנען אַזעלכע גיכע וועגן ניטאָ. מע דאַרף זיך לערנען (וואָס ער האָט ניט געוואָלט אָדער אינטעלעקטועל ניט געקאָנט טאָן) אָדער שווער צו האָרעווען (וואָס איז, דאַכט זיך, אויך ניט אַרײַן אין זײַנע פּלענער). דער סוף איז אַ קלאָרער, דהײַנו: דער מענטש ווערט ברוגז אויף דער אַרומיקער וועלט און זוכט אַ וועג אויסצולאָזן דעם כּעס צום אַרום. בפֿרט נאָך, אויב די רייד גייט וועגן אַזאַ פּאַרשוין ווי טאַמערלאַן צאַרנאַעוו, וואָס, לויט אַלע סימנים נאָך, האָט אין זיך געטראָגן אַ היפּש ביסל בייזקייט, וועלכע פֿלעגט זיך פֿון מאָל צו מאָל אויספּליעסקען, און ניט נאָר אין באָקס.

דאָס איז מײַן היימגעבאַקענער אַנאַליז, באַזירט אויף מײַן לעבנס-דערפֿאַרונג. איך וואָלט, אָבער, געוואָלט לייענען און הערן אַ פּראָפֿעסיאָנעלע אָפּשאַצונג פֿון דער „רעטעניש‟ פֿון די ברידער צאַרנאַעוו. אַ סבֿרא, אַז קיין שום רעטעניש איז דאָ, אין דער אמתן, ניטאָ. אויף קיין גרויסע קאָפּ-מענטשן שנײַדן זיי זיך ניט. אָבער די מעדיאַ, באַזונדערש די טעלעוויזיע, האָט פֿאַר זיך אויסגעקליבן אַזאַ צוגאַנג, אַז דאָס איז עפּעס אַ באַזונדערע „רעטעניש‟, און מע פֿאַרפּלאַפּלט, און מע פֿאַרפֿלעכט זייער אַן ערנסטן ענין.

Deja tu Comentario

A fin de garantizar un intercambio de opiniones respetuoso e interesante, DiarioJudio.com se reserva el derecho a eliminar todos aquellos comentarios que puedan ser considerados difamatorios, vejatorios, insultantes, injuriantes o contrarios a las leyes a estas condiciones. Los comentarios no reflejan la opinión de DiarioJudio.com, sino la de los internautas, y son ellos los únicos responsables de las opiniones vertidas. No se admitirán comentarios con contenido racista, sexista, homófobo, discriminatorio por identidad de género o que insulten a las personas por su nacionalidad, sexo, religión, edad o cualquier tipo de discapacidad física o mental.


El tamaño máximo de subida de archivos: 300 MB. Puedes subir: imagen, audio, vídeo, documento, hoja de cálculo, interactivo, texto, archivo, código, otra. Los enlaces a YouTube, Facebook, Twitter y otros servicios insertados en el texto del comentario se incrustarán automáticamente. Suelta el archivo aquí

Artículos Relacionados: