הירש גליקס ליד, „שטיל, די נאַכט איז אויסגעשטערנט‟ דערציילט וועגן אַ מיידל מיט אַ פּעלצל און אַ בערעט, וועלכע צילט מיט איר פּיסטויל אין אַן אויטאָ, פֿול מיט וואָפֿן, און טרעפֿט מיט איין קויל. זיצנדיק מיט חיהלע פּאַלעווסקי אין איר דירה אין בראָנקס, פּרוּוו איך זיך אויסמאָלן, ווי אָט די היימישע, וואַרעמע פֿרוי אין די 90ער, וועלכע רעדט מיך אײַן צו עסן נאָך אַ קיכעלע, האָט, ווי גליקס העלדין, אַ מאָל אַרויסגעקראָגן געווער פֿאַר די פּאַרטיזאַנער אין וואַלד, און ווי איר גרופּע איז איין מאָל אַזוי שטאַרק באַשאָסן געוואָרן, אַז אַ קויל האָט איר ממש אַראָפּגעשאָסן דאָס היטל פֿון קאָפּ.

אַפֿילו חיהלען איז שווער צו גלייבן, אַז זי — „בטבֿע אַ צוריקגעהאַלטענע‟ — האָט אַ מאָל געקעמפֿט קעגן די נאַציס. געבוירן איז זי אינעם שטעטל סווענציאַן, בײַ עליע־לייב און מלכּה פּאָרוס — געבילדעטע ייִדן, וועלכע האָבן געקענט פּערפֿעקט רוסיש און דײַטש. דאָס פּאָרפֿאָלק האָט געהאַט פֿיר טעכטער, און צוויי זין.

ביידע ייִנגלעך זענען געווען ייִנגער פֿון חיהלען. איידער זיי זענען געבוירן געוואָרן, האָט זיך דאָס קליינע חיהלען אויסגעדאַכט, אַז דער טאַטע איז געווען אַנטוישט דערמיט, וואָס ער האָט נישט קיין קדיש. „מסתּמא האָסטו מיך געוואָלט אַוועקוואַרפֿן, ווען איך בין געבוירן געוואָרן,‟ האָט דאָס קליינע חיהלע איין מאָל געזאָגט.

„חייקעלע קײַקעלע!‟ האָט ער איר געענטפֿערט מיט אַ וואַרעמען שמייכל. „ווײַזט אויס, ס׳איז געווען באַשערט, אַז איך זאָל האָבן אַ טאָכטער.‟ ער האָט זיך אָבער שטאַרק דערפֿרייט, ווען ס׳זענען אים, סוף־כּל־סוף, אויך באַשערט געוואָרן צו האָבן צוויי ייִנגלעך.

כאָטש אין הויז האָט מען גערעדט בלויז ייִדיש, האָבן אירע טאַטע־מאַמע געשיקט זי און איר שוועסטער אין אַ פּוילישער שול, ווײַל אין דער פּוילישער גימזאַזיע האָט מען בלויז אָנגענומען די תּלמידים, וואָס קענען גוט פּויליש. חיהלעס פֿליסיק פּויליש־רעדן און גאָלדענע לאָקן האָבן מסתּמא געהאָלפֿן זי ראַטעווען בעת דער נאַצי־תּקופֿה.

„שוין ווי אַ יונג מיידל האָב איך שטאַרק ליב געהאַט די נאַטור,‟ האָט חיהלע געזאָגט. „אין שטעטל איז געווען אַ טײַכעלע, און איבערן בריק, זענען געווען לאָנקעס, פֿול מיט נאַסוטרציעס, ליליעס און רויזן. פֿלעג איך זיך דאָרט אַוועקלייגן אויף אַ קאָץ, שטודירן און לייענען ביכער.‟

דאָס אידילישע לעבן האָט זיך אָבער איבערגעריסן, ווען מע האָט אין 1941 איבערגעפֿירט ס׳רובֿ פֿון די ייִדן פֿון סווענציאַן אינעם לאַגער פּאָליגאַן. אַ דאַנק אַ נאָענטן פֿרײַנד פֿון דער משפּחה, האָט מען די פּאָרוס־משפּחה געשיקט צו דער אַרבעט ווי וואָליק־מאַכער, און דערבײַ — אויף דערווײַל — האָבן זיי אויסגעמיטן דעם ערגסטן גורל.

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/179802/miracles-of-a-jewish-partisan-girl/?p=all#ixzz37r5glw7z

Las opiniones expresadas aquí representan el punto de vista particular de nuestros periodistas, columnistas y colaboradores y/o agencias informativas y no representan en modo alguno la opinión de diariojudio.com y sus directivos. Si usted difiere con los conceptos vertidos por el autor, puede expresar su opinión enviando su comentario.

2 COMENTARIOS

Deja tu Comentario

A fin de garantizar un intercambio de opiniones respetuoso e interesante, DiarioJudio.com se reserva el derecho a eliminar todos aquellos comentarios que puedan ser considerados difamatorios, vejatorios, insultantes, injuriantes o contrarios a las leyes a estas condiciones. Los comentarios no reflejan la opinión de DiarioJudio.com, sino la de los internautas, y son ellos los únicos responsables de las opiniones vertidas. No se admitirán comentarios con contenido racista, sexista, homófobo, discriminatorio por identidad de género o que insulten a las personas por su nacionalidad, sexo, religión, edad o cualquier tipo de discapacidad física o mental.


Artículo anteriorLa savor de bivir
Artículo siguienteInmigración, deportaciones, muro, retro-discriminación y otras distracciones
Noticias, Reportajes, Cobertura de Eventos por nuestro staff editorial, así como artículos recibidos por la redacción para ser republicados en este medio.