¿Es Héctor Timerman un traidor?

Por:
- - Visto 553 veces

דאָס יאָר 1977, בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע. די מיליטערישע כונטע האַלט „שמוציקע מלחמות‟ קעגן די לינקע מיליטאַנטן און רודפֿט די אָפּאָנענטן פֿון איר פּאָליטיק. די אָפֿיצירן האָבן זיך אַרײַנגעריסן אין דער היים פֿון יעקבֿ טימערמאַן, אַ ייִדישן צײַטונג־רעדאַקטאָר, אַרויפֿגעלייגט אַ בינדע אויף זײַנע אויגן, און אָפּגעפֿירט אים אין אַ ספּעציעלן פּײַניקונג־צענטער. זײַן זון, העקטאָר טימערמאַן, איז נאָכדעם אַנטלאָפֿן ווי אַ פּליט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן און געוואָרן דאָרטן אין גיכן אַ באַקאַנטער מענטשנרעכט־אַקטיוויסט און מיטגרינדער פֿון דער גרופּע, וועלכע איז הײַנט באַקאַנט ווי HRW — „דער שומר פֿון מענטשנרעכט‟.

הײַנט דינט העקטאָר טימערמאַן ווי דער אַרגענטינער אויסערן־מיניסטער. לעצטנס, האָט זיך אַרום אים אויפֿגעפֿלאַקערט אַ סקאַנדאַל. די קריטיקער באַשולדיקן אים אינעם פֿאַרטיידיקן די איראַנישע מלוכישע פֿירער, וועלכע ווערן פֿאַרדעכטיקט אין שײַכות מיטן טעראָר־אַטאַק אויפֿן ייִדישן קהילה־צענטער אין בוענאָס־אײַרעס. בעת דעם אויפֿרײַס, אינעם יאָר 1994, זענען אומגעקומען 85 מענטשן און נאָך הונדערטער זענען פֿאַרוווּנדעט געוואָרן.

נישט לאַנג צוריק, איז בײַ צווייפֿלהאַפֿטיקע אומשטענדן אומגעקומען אַלבערטאָ ניסמאַן — אַ פֿעדעראַלער פּראָקוראָר, וועלכער האָט במשך פֿון צען יאָר אָנגעפֿירט מיט דער אויספֿאָרשונג פֿונעם טעראָר־אויפֿרײַס. אָנהייב יאַנואַר, האָט ניסמאַן זיך אָנגעקלאָגט מיט קאָנטראָווערסאַלע טענות קעגן טימערמאַן און קעגן דער אַרגענטינער פּרעזינדעטין, קריסטינאַ פֿערנאַנדעז דע־קירשנער. מיט עטלעכע טאָג שפּעטער, האָט מען געפֿונען אין ניסמאַנס טויטן גוף אין זײַן דירה.


דער אומגעקומענער פּראָקוראָר האָט געגלייבט, אַז טימערמאַן האָט געפּרוּווט אויסצובאַהאַלטן די שולד פֿון געוויסע איראַנער, וואָס זענען פֿאַרדעכטיקט אינעם אָרגאַניזירן דעם אַטאַק אויפֿן ייִדישן צענטער AMIA, כּדי צו פֿאַרבעסערן די באַציִונגען צווישן איראַן און אַרגענטינע. דער אויסערן־מיניסטער האָט אָפּגעלייקנט די באַשולדיקונגען, פֿאַרטיידיקט אַלע זײַנע באַשלוסן און צוגעגעבן, אַז ווי אַ מיניסטער דינט ער, קודם־כּל, די אינטערעסן פֿון זײַן לאַנד. טימערמאַן האָט דערקלערט, אַז אין זײַנע באַציִונגען מיט די איראַנישע באַאַמטע זענען נישט געווען קיין פֿינצטערע סודות, און אַז ער וויל אויך געפֿינען און באַשטראָפֿן די שולדיקע פֿאַרן טעראָר־אויפֿרײַס.

די פּרעזידענטין איז חושד, אַז געוויסע פֿינצטערע עלעמענטן פֿון די אַרגענטינער אויסשפּיר־דינסטן, וואָס פֿאָלגן נישט איר רעגירונג, האָבן אומגעבראַכט דעם פּראָקוראָר. „פֿריִער האָבן זיי געוואָלט, אַז ער זאָל לעבן, אָבער לעצטנס באַשלאָסן צו מאַכן מיט אים אַ סוף‟.

העקטאָר טימערמאַן האָט זיך אומגעקערט קיין אַרגענטינע אינעם יאָר 1989. זײַענדיק אַ זשורנאַליסט, אַזוי ווי זײַן טאַטע, וועלכער האָט געליטן פֿון פּײַניקונגען און אָפּגעזעסן אַ יאָר אין תּפֿיסה און דעפּאָרטיקט געוואָרן קיין ישׂראל אין 1979, האָט דער זון אָנגעשריבן וועגן זײַן טאַטנס צרות אַ בוך זכרונות. ווען די „יו־ען‟ האָט פֿאַרדאַמט ציוניזם ווי אַ פֿאָרעם פֿון ראַסיזם, אינעם יאָר 1977, איז ער אויפֿגעטראָטן מיט אַ שאַרפֿן קריטישן אַרטיקל, באַטיטלט „פֿאַרוואָס איך בין אַ ציוניסט‟. שפּעטער, האָט טימערמאַן פֿאַרעפֿנטלעכט אַ בוך, וווּ ער קריטיקירט די ישׂראלדיקע אינוואַזיע אין לבֿנון, אינעם יאָר 1982.

נישט געקוקט אויף די קאָמפּליצירטע באַציִונגען מיט דער ייִדישער קהילה, זאָגט טימערמאַן, אַז ער בלײַבט אַ רעליגיעזער ייִד. ער האָט באַטאָנט, אַז ער פֿילט זיך טיף באַעוולט, ווען געוויסע מענטשן שילדערן אים ווי אַ „פֿאַררעטער פֿון ייִדן‟. אַ צאָל אַרגענטינער ייִדן, אַרײַנגערעכנט באַקאַנטע טוער, פֿאַרטיידיקן דעם אויסערן־מיניסטער און וואַרפֿן אָפּ די חשדים קעגן אים. למשל, דער 64־יאָריקער סעכגיאָ בורשטיין, וועלכער האָט פֿאַרלוירן זײַן פֿרוי בעת דעם אויפֿרײַס אינעם ייִדישן צענטער, האָט באַמערקט, אַז ער וויל וויסן דעם אמת וועגן דעם אַטאַק; ער גלייבט, אַז דער מיניסטער איז אַ גוטער מענטש, נישט קיין „פֿאַררעטער‟.

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/185155/is-hector-timerman-a-traitor/#ixzz3R0C44W25

Acerca de Central de Noticias Diario Judío

Noticias, Reportajes, Cobertura de Eventos por nuestro staff editorial, así como artículos recibidos por la redacción para ser republicados en este medio.

1 comentario en «¿Es Héctor Timerman un traidor?»

Deja tu Comentario

A fin de garantizar un intercambio de opiniones respetuoso e interesante, DiarioJudio.com se reserva el derecho a eliminar todos aquellos comentarios que puedan ser considerados difamatorios, vejatorios, insultantes, injuriantes o contrarios a las leyes a estas condiciones. Los comentarios no reflejan la opinión de DiarioJudio.com, sino la de los internautas, y son ellos los únicos responsables de las opiniones vertidas. No se admitirán comentarios con contenido racista, sexista, homófobo, discriminatorio por identidad de género o que insulten a las personas por su nacionalidad, sexo, religión, edad o cualquier tipo de discapacidad física o mental.


El tamaño máximo de subida de archivos: 300 MB. Puedes subir: imagen, audio, vídeo, documento, hoja de cálculo, interactivo, texto, archivo, código, otra. Los enlaces a YouTube, Facebook, Twitter y otros servicios insertados en el texto del comentario se incrustarán automáticamente. Suelta el archivo aquí

Artículos Relacionados: