Esto éramos

Por:
- - Visto 956 veces

,דעט יוזט טו בע אס’ (דאס זיינען מיר אמאל געווען) איז דער ליטערארישער שלאגער פון טאמאס פרידמאן, דער עסייאיסט פון,די ניו-יארק טיימס’. אין דעם בוך באשרייבט ער די סיבות און לייזונגען פון דעם עקאנאמישן און מאראלן קריזיס, וואס בושעווען איצט אין אמעריקע.

אלס אמעריקאנער איז פרידמאן באזארגט פון דעם זומפ, אין וועלכן אמעריקע זינקט און ניט אינעם באד, אין וועלכן די אנדערע לענדער ווערן דערטרונקען. ער קריטיקירט דאס אמעריקאנער פאלק פאר אויסגעבן און בארגן צו פיל געלט און ניט שפארן קיין געלט. דער בארימטער זשורנאליסט רעדט-ארום די ריזיקע צאל ארבעטס-שטעלעס, וואס זיינען פארשוואונדן אין די פאראייניקטע שטאטן.


אזוי ווי דער רעפובליקאנער פרעזידענט-קאנדידאט הערמאן קעין שטעלט דער עסייאיסט צו לייזונגען פון די אלע פראבלעמען, וואס פייניקן אמעריקע. פרידמאן און קעין זיינען פון א קליין הייפעלע פראמינענטע בירגער, וואס ווילן אנבאטן א פלאן ווי אזוי צו פארשטארקן די עקאנאמיע. דער באגאבטער שרייבער און דענקער שטרייכט-אונטער די פארמולעס, וואס האבן געמאכט אמעריקע פארן רייכסטן לאנד אין דער וועלט-געשיכטע.

ס’איז טשיקאווע, וואס א באקאנטער עקאנאם, ד”ר ראבערט בארד, האט איבערגעגעבן, אז די איצטיקע אדמיניסטראציע האט ערשט נאך אבאמעס וואל-זיג געוואלט, אז ער זאל ווערן אן עקאנאמישער ראטגעבער פון דעם פרעזידענט. אבאמעס הויפט-ראטגעבער האבן אינטערוויואירט און געפרעגט ד”ר בארד, ווי אזוי אמעריקע קאן ענדיקן דעם ווירטשאפטס-קריזיס. דער מומחה אין עקאנאמיק האט פארגעשלאגן צו אידענטיפיצירן די פאפולערסטע 20 פראדוקטן, וואס מיר אימפארטירן און זיי פאבריצירן בעסער אין אמעריקאנער פאבריקן, וואו די ארבעטער וועלן באקומען א גוטן לוין. די דעה-האבער ארום אבאמע’ן האבן געגלאצט אויף ד”ר בארד מיט פארגלייזטע אויגן און געזאגט, אויב זיי וועלן זיך נויטיקן אין זיינע עצות, וועלן זיי אים קאנטאקטירן. נאך דעם האט ער קיינמאל ניט געהערט פון זיי.

וואס איז דער טייטש? פאראן זיינען אזעלכע, וואס פארדינען ביליאנען פון דעם איצטיקן מצב און האבן ניט קיין שום חשק צו ענדערן די סיטואציע. פארשט-אויס די פראפיטן! ווער האט גאנץ פיין פרנסה פון דער היינטיקער לאגע?

די מאכט-האבער און זייערע פאטראנען ווילן ניט לייזן אונזערע פראבלענען, ווייל זיי פארדינען געוואלדיקע פראפיטן פון פארבריצירן אמעריקאנער פראדוקטן אין אויסלאנד, וואו זיי צאלן די ארבעטער נישטיקע שכירות. דאס איז די אורזאך, פארוואס די פראמינענטסטע רעפובליקאנער קאנדידאטן זאגן ניט צו צוריקצוברענגען די ארבעטס-שטעלעס פון אויסלאנד.

קעין און פרידמאן זיינען די ערשטע און, האפנטלעך, ניט די לעצטע, וואס מאכן באקאנט די שריט, וואס מיר מוזן נעמען, כדי צו פארשטארקן די עקאנאמיע און ווידער מאכן אמעריקע פאר דער גאלדענער מדינה. דאס בלייבט צו זען און דאס אמעריקאנער פאלק בלייבט דערווייל אן א באבען.

Acerca de Central de Noticias Diario Judío

Noticias, Reportajes, Cobertura de Eventos por nuestro staff editorial, así como artículos recibidos por la redacción para ser republicados en este medio.

Deja tu Comentario

A fin de garantizar un intercambio de opiniones respetuoso e interesante, DiarioJudio.com se reserva el derecho a eliminar todos aquellos comentarios que puedan ser considerados difamatorios, vejatorios, insultantes, injuriantes o contrarios a las leyes a estas condiciones. Los comentarios no reflejan la opinión de DiarioJudio.com, sino la de los internautas, y son ellos los únicos responsables de las opiniones vertidas. No se admitirán comentarios con contenido racista, sexista, homófobo, discriminatorio por identidad de género o que insulten a las personas por su nacionalidad, sexo, religión, edad o cualquier tipo de discapacidad física o mental.


El tamaño máximo de subida de archivos: 300 MB. Puedes subir: imagen, audio, vídeo, documento, hoja de cálculo, interactivo, texto, archivo, código, otra. Los enlaces a YouTube, Facebook, Twitter y otros servicios insertados en el texto del comentario se incrustarán automáticamente. Suelta el archivo aquí

Artículos Relacionados: