“Gracias” a Netanyahu, (y sus políticas de agresión) los jóvenes de las comunidades judías americanas redefinen su identidad judía y se alejan de Israel volviendo al judaísmo cultural y meritorio, (En Yiddish)

Por:
- - Visto 278 veces

אַן אַרטיקל פֿונעם סאָציאָלאָג סטיווען מ. כּהן וועגן דער צוקונפֿט פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישער קהילה האָט לעצטנס אַרויסגערופֿן אַ ממשותדיקן פּראָטעסט מצד די לייענער.

אינעם אַרטיקל, דערקלערט כּהן, אַז לויט דער סטאַטיסטיק געזאַמלט דורכן „פּיו פֿאָרשצענטער‟, וועט דער כאַראַקטער פֿון דער ייִדישער קהילה אין אַמעריקע זיך שטאַרק בײַטן במשך פֿון אַ דור אָדער צוויי, ווײַל די באַפֿעלקערונג פֿון די אָרטאָדאָקסישע ייִדן (די חסידים, ליטווישע און „מאָדערנע‟) האַלט אין איין שטײַגן, בעת די באַפֿעלקערונג פֿון די נישט־אָרטאָדאָקסישע (קאָנסערוואַטיווע, רעפֿאָרם־, רעקאָסנטרוקציאָניסטישע, „ריניועל‟־ און סעקולערע) מאַכט דורך אַ שטאַרקע ירידה.

אַ טייל פֿון די נעגאַטיווע קאָמענטאַרן זענען געווען עמאָציאָנעלע רעאַקציעס קעגן די פֿרומע און זייער לעבן־שטייגער בכלל. אַנדערע האָבן אַרויסגעהויבן ספּעציפֿישע טענות וועגן דעם אַרטיקל, וואָס זענען טאַקע כּדאַי אַרומצורעדן. צו ערשט אָבער לאָמיר אָנקוקן די סטאַטיסטיק, וואָס ווערט ציטירט אינעם אַרטיקל.


כּהן (וואָס איז, אַגבֿ, נישט קיין אָרטאָדאָקסישער ייִד) גיט איבער אַ וויכטיקן אונטערשייד צווישן דער הײַנטיקער אָרטאָדאָקסישער באַפֿעלקערונג און דער נישט־אָרטאָדאָקסישער, לויט זייער עלטער: צווישן די אָרטאָדאָקסישע, באַשטייט דער עלטערער דור (צווישן 56 און 73 יאָר אַלט) פֿון 79,000 נפֿשות; דער מיטעלער דור (צווישן 28 און 45 יאָר) — פֿון 200,000 נפֿשות, און דער ייִנגסטער דור (אונטער 18 יאָר) — באַטרעפֿט מער ווי 340,000.

מיט אַנדערע ווערטער, די צאָל אָרטאָדאָקסישע ייִדן האָט זיך במשך פֿון צוויי דורות ממש פֿאַרפֿירפֿאַכט.

צווישן די נישט־אָרטאָדאָקסישע איז אָבער פֿאַרקערט: דער עלטסטער דור ייִדן באַשטייט פֿון 1.48 מיליאָן נפֿשות; דער מיטלסטער דור — פֿון 1.1 מיליאָן, און דער ייִנגסטער דור — בלויז 920,000. צום גרויסן טייל איז דאָס צוליב דעם וואָס דער ייִנגערער דור נישט־אָרטאָדאָקסישע ייִדן האָט חתונה שפּעטער (אָדער אין גאַנצן נישט) און האָט ווייניקער קינדער.

צוליב דער ירידה פֿון דעם נישט־אָרטאָדאָקסישן עולם, באַטייליקן זיך הײַנט במילא ווייניקער נישט־אָרטאָדאָקסישע ייִדן אין דער ייִדישער קהילה — שרײַבט כּהן — און דערצו איז דער אינטערעס בײַם ייִנגערן דור זיך צו פֿאַרבינדן מיט אַ פֿאָרמעלער ייִדישער אינסטיטוציע אויך אַ קליינער.

ווײַטער איז אַזוי: בײַ די עלטערע נישט־אָרטאָדאָקסישע ייִדן (צווישן 56 און 73 יאָר), גייען 461,000 פֿון זיי אין שיל שבת אָדער יום־טובֿ, אָבער בלויז 204,000 פֿון די ייִנגערע (צווישן 28 און 45 יאָר) גייען רעגלמעסיק אין אַ שיל. 250,000 פֿון די עלטערע ייִדן געהערן צו אַ ייִדישער אָרגאַניזאַציע, אַנטקעגן 130,000 פֿון די ייִנגערע. 466,000 עלטערע ייִדן זאָגן אַז זיי האָבן אַ טיפֿע עמאָציאָנעלע פֿאַרבינדונג צו מדינת־ישׂראל, אין פֿאַרגלײַך מיט בלויז 198,000 פֿון די ייִנגערע.

כּהן פֿאַרענדיקט זײַן אַרטיקל אַזוי: „אויב מע וויל פֿאַרשטאַרקן דעם מצבֿ פֿון די נישט־אָרטאָדאָקסישע קהילות, וועט מען דאַרפֿן דורכפֿירן פּראָגראַמען וואָס מוטיקן ייִדן חתונה צו האָבן בײַ אַ ייִנגערן עלטער, און מיט אַנדערע ייִדן; שטיצן זייער באַשלוס צו האָבן קינדער און צו דערציִען די קינדער ווי ייִדן; און מאָביליזירן די באָבעס און זיידעס צו פֿאַרברענגען מער צײַט מיט די אייניקלעך.‟

כּהנס אַרטיקל איז מיר טאַקע געווען אינטערעסאַנט, האָב איך עס אַרויפֿגעשטעלט אויף מײַן „פֿייסבוק‟־זײַט, כּדי צו מוטיקן אַ דיסקוסיע וועגן דער טעמע. ס׳האָט נישט לאַנג געדויערט ביז איך האָב באַקומען אַ ריי באַמערקונגען דווקא קעגן די השערות פֿונעם אַרטיקל. אַ טייל האָבן געזאָגט, אַז מע קען נישט מאַכן קיין אויספֿירן וועגן דער צוקונפֿט פֿון דער ייִדישער קהילה, ווײַל קיינער ווייסט נישט וואָס די צוקונפֿט וועט ברענגען. איין פֿרוי האָט אַרויפֿגעשטעלט אַ צווייטן אינטערעסאַנטן אַרטיקל וועגן דעם וואַקסנדיקן אינטערעס צו ייִדישקייט בײַ פּראָגרעסיווע ייִדן אין דער באָסטאָנער געגנט — בפֿרט אין דער רעפֿאָרם־סינאַגאָגע „טעמפּל בית אלוהים‟ אין וועלסלי, וווּ די צאָל משפּחות איז במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע 15 יאָר געשטיגן פֿון 500 ביז מער ווי 1,2000 — צום טייל, צוליב דעם באַשלוס מצד געמישטע פּאָרפֿעלקער דווקא צו דערציִען די קינדער ווי ייִדן. דאָס איז טאַקע גוטע נײַעס, און ס׳וואָלט אפֿשר געווען כּדאַי ווען „טעמפּל בית אלוהים‟ פֿאַרפּירסומט ווי אַזוי זיי האָבן באַוויזן צו ווערן אַזוי פּאָפּולער, כּדי אַנדערע נישט־אָרטאָדאָקסישע שילן איבערן לאַנד זאָלן זיך קענען דערפֿון אָפּלערנען.

אַ צווייטע פֿרוי שרײַבט (מיט אַ קלאָרער איראָניע): „הייסט עס, אַז אין דער צוקונפֿט וועלן מער נישט זײַן קיין ייִדן, וואָס אידענטיפֿיצירן זיך אויף אַ קולטורעלן אופֿן, ווײַל אַלע וועלן זיך אידענטיפֿיצירן בלויז דורך דער רעליגיע?‟

איר טענה איז טאַקע אַ באַרעכטיקטע. ביז איצט האָט מען באַצייכנט אַן איבערגעגעבענער ייִד ווי איינער וואָס גייט אין שיל, באַלאַנגט צו אַ ייִדישער אָרגאַניזאַציע, אָדער איז עמאָציאָנעל פֿאַרבונדן מיט מדינת־ישׂראל. אין דער אמתן, ווייסן מיר אַליין, אַז מע קען זײַן אַן איבערגעגעבענער ייִד אין אַמעריקע אויך אויף אַנדערע אופֿנים. אין די 1950ער יאָרן, למשל, האָבן די בונדיסטן, וואָס האָבן ערשט געהאַט איבערגעלעבט דעם נאַצישן גיהנום, געפֿירט אַן אַקטיוו ייִדיש לעבן: געגאַנגען אויף זיצונגען, לעקציעס, חורבן־הזכּרות און באַנקעטן פֿונעם „בונד‟; געשיקט די קינדער אין די אַרבעטער־רינג שולן און אינעם בונדישן לאַגער, קעמפּ המשך. כאָטש אַ סך פֿון די בונדיסטן האָבן נישט געהערט צו קיין שום שיל און נישט געהאַט קיין עמאָציאָנעלע פֿאַרבינדונג מיט מדינת־ישׂראל, האָבן זיי פֿאָרט באַוויזן, אַז ס׳איז מעגלעך צו זײַן שטאַרק צוגעבונדן צום ייִדישן פֿאָלק, אָן אַ פֿאַרבינדונג צו רעליגיע אָדער ישׂראל.

ס׳וואָלט טאַקע געווען אינטערעסאַנט צו וויסן וויפֿל פֿון די קינדער פֿון יענע בונדיסטן האָבן איבערגעגעבן זייערע אייגענע קינדער אַזאַ נאָענטשאַפֿט צום ייִדישן פֿאָלק. איך ווייס וועגן אַ טייל קינדער פֿון בונדיסטן (וואָס הײַנט זענען זיי שוין אַליין אין די 50ער און 60ער) וואָס פּראַווען עד־היום אַ וועלטלעכן סדר פּסח מיט זייערע קינדער און אייניקלעך, ניצנדיק די אַרבעטער־רינג הגדות, און באַטייליקן זיך יעדעס יאָר אין אָנדענק־אונטערנעמונגען געווידמעט דעם וואַרשעווער געטאָ. אָבער קיין פֿאָרמעלע סטאַטיסטיק וועגן די קולטורעל איבערגעגעבענע ייִדן איז נישטאָ.

ווען מע וואָלט הײַנט, למשל, געמאַכט אַן אַנקעטע פֿון וועלטלעכע ייִדן לויט די זעלבע עלטער־קאַטעגאָריעס וואָס דער „פּיו־פֿאָרשצענטער‟ האָט געניצט (56־73 יאָר אַלט און 28־45 יאָר אַלט), וואָלט איך פֿאַרביטן די סטאַנדאַרטע שאלות (ווי אָפֿט גייט איר אין שיל? ווי עמאָציאָנעל פֿאַרבונדן זענט איר צו מדינת־ישׂראל?) מיט מער רעלעוואַנטע פֿראַגעס:

  • ווי אָפֿט גייט איר אויף די פֿעסטיוואַלן פֿון ייִדישער קולטור אָדער קלעזמער־מוזיק?
  • ווי אָפֿט גייט איר אין ייִדישן טעאַטער?
  • האָט איר במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע פֿינף יאָר זיך געלערנט אין אַ ייִדיש־קלאַס?
  • ווי אָפֿט זינגט איר אָדער הערט איר זיך צו צו לידער אויף ייִדיש?

אין אַזאַ אַנקעטע וואָלט אַ ייִד וואָס ענטפֿערט „יאָ‟ אויף ס׳רובֿ פֿון די פֿיר פֿראַגעס אויך געמעגט באַצייכנט ווערן ווי אַן איבערגעגעבענער ייִד, אַפֿילו אויב ער אָדער זי באַלאַנגט נישט צו קיין שיל אָדער ייִדישער אָרגאַניזאַציע, און אַפֿילו אויב דער מענטש האָט אַ נישט־ייִדישן מאַן אָדער פֿרוי. אַזוי אַרום וועט מען קענען שיסן צוויי האָזן מיט איין שאָס: ערשטנס, וועט עס ווײַזן די ייִדן וואָס באַטייליקן זיך אין די ייִדישע08 קולטור־אונטערנעמונגען אַז מע שאַצט אָפּ זייער איבערגעגעבנקייט, און צווייטנס, וועלן אַנדערע סעקולערע ייִדן זיך דערוויסן, אַז אַ פֿאַרבינדונג מיט דער ייִדישער קולטור איז אויך אַ לעגיטימער אופֿן אויסצודריקן אַ פֿאַרבינדונג מיטן ייִדישן פֿאָלק.

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/201523/redefining-jewish-commitment/#ixzz4UvdlKbRp

1 comentario en «“Gracias” a Netanyahu, (y sus políticas de agresión) los jóvenes de las comunidades judías americanas redefinen su identidad judía y se alejan de Israel volviendo al judaísmo cultural y meritorio, (En Yiddish)»

Responder a Claudia Leticia Martinez Cancelar Respuesta

A fin de garantizar un intercambio de opiniones respetuoso e interesante, DiarioJudio.com se reserva el derecho a eliminar todos aquellos comentarios que puedan ser considerados difamatorios, vejatorios, insultantes, injuriantes o contrarios a las leyes a estas condiciones. Los comentarios no reflejan la opinión de DiarioJudio.com, sino la de los internautas, y son ellos los únicos responsables de las opiniones vertidas. No se admitirán comentarios con contenido racista, sexista, homófobo, discriminatorio por identidad de género o que insulten a las personas por su nacionalidad, sexo, religión, edad o cualquier tipo de discapacidad física o mental.


El tamaño máximo de subida de archivos: 300 MB. Puedes subir: imagen, audio, vídeo, documento, hoja de cálculo, interactivo, texto, archivo, código, otra. Los enlaces a YouTube, Facebook, Twitter y otros servicios insertados en el texto del comentario se incrustarán automáticamente. Suelta el archivo aquí

Artículos Relacionados: