Huir de Francia a Israel no es la solución

Por:
- - Visto 694 veces

וואָס פֿאַר אַ סיבה ווירקט אויף די ייִדן אין פּאַריז, ליאָן און מאַרסיי, וועלכע טראַכטן אַוועקצופֿאָרן פֿון פֿראַנקרײַך? די כוואַליע פֿון אַנטיסעמיטישיע מעשׂים אינעם לאַנד, צי פּראַגמאַטישע חשבנונות?

אַ טייל פֿראַנצויזישע ייִדן פֿילן זיך הײַנט געכאַפּט אין דער אַלטער היסטאָרישער פּאַסטקע. פֿון איין זײַט, וואַקסט אינעם לאַנד די פּאָפּולאַריטעט פֿונעם „נאַציאָנאַלן פֿראָנט‟ און אַנדערע פֿאַשיסטישע באַוועגונגען; פֿון דער צווייטער זײַט, פֿאַרשפּרייטן זיך אינעם לאַנד די ראַדיקאַלע איסלאַמיסטישע גרופּעס, וואָס פּרעדיקן אַנטיסעמיטיזם. נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה, האָט מען אין מײַן לאַנד, פֿראַנקרײַך, געשטרעבט אינגאַנצן פּטור צו ווערן פֿון אַנטיסעמיטיזם און ראַסיזם בכלל. אין דער הײַנטיקער פֿראַנצויזישער רעפּובליק זענען אַלע בירגער גלײַך; ס׳איז נישט קיין שוואַרצע און ווײַסע, קאַטויליקער, ייִדן צי מוסולמענער. יעדער איז אַ פֿראַנצויז, וואָס לעבט לויטן פּרינציפּ פֿון „פֿרײַהייט, גלײַכהייט און ברודערשאַפֿט‟.

פֿון קינדווײַז אָן בין איך דערצויגן געוואָרן, גלייבנדיק אינעם דאָזיקן וווּנדערלעכן לאָזונג. צום באַדויערן, אָבער, ווערט ער הײַנט נישט אַלעמאָל געפֿאָלגט. ווי אַ רעזולטאַט, איז איינער פֿון מײַנע ברידער אַוועקגעפֿאָרן פֿון פּאַריז קיין ניו־יאָרק און קלײַבט זיך דאָרט צו בלײַבן, און דער צווייטער ברודער שטודירט אין שפּאַניע און שוועדן. איך פֿיל זיך נישט צופֿרידן מיט דעם, וואָס אַ סך מײַנע חבֿרים האָבן עמיגרירט.


מיט עטלעכע יאָר צוריק בין איך געוואָרן דער הויפּט־רעדאַקטאָר פֿונעם זשורנאַל l’Arche — אַ וויכטיקע אויסגאַבע פֿאַר פֿראַנצויזישע ייִדן, היסטאָריש פֿאַרבונדן מיט סאָציאַליסטישע געדאַנקען. ווען איך האָב געזאַמלט אַ נײַע גרופּע שרײַבער אונטער מײַן רעדאַקציע, האָב איך פֿאָרגעלייגט צו פֿאַרעפֿנטלעכן מער פּאָזיטיווע אַרטיקלען וועגן דעם ייִדישן לעבן אינעם לאַנד, אַנשטאָט די אייביקע טענות, אַז ייִדן דאַרפֿן עולה זײַן קיין ישׂראל.

מײַן באַשלוס איז אָבער דורכגעפֿאַלן, ווײַל די לייענער האָבן נישט געוואָלט הערן קיין פּאָזיטיווע אָפּרופֿן וועגן פֿראַנקרײַך. וואָס קען איך אויף דעם ענטפֿערן? נישט אַלצדינג אין דער הײַנטיקער פֿראַנצויזישער געזעלשאַפֿט איז אַזוי פֿויגלדיק און עס זענען טאַקע פֿאַראַן ערנסטע סיבות זיך צו זאָרגן. פֿונדעסטוועגן, האָבן מיר דאָך אַ פּרעמיער־מיניסטער, מאַנועל וואַלס, וועלכער באַשיצט די ייִדן כּסדר פֿון אַנטיסעמיטיזם, ווי אויך אַ גאַנצע ריי אַנדערע באַקאַנטע פֿיגורן, וואָס זאָרגן זיך וועגן דער דאָזיקער פּראָבלעם.

איז עס טאַקע אַ גוטער געדאַנק אַוועקצופֿאָרן פֿון אַ פּראָבלעמאַטיש לאַנד קיין ישׂראל, וווּ עס קומען כּסדר פֿאָר מלחמות און טעראָריסטישע אַטאַקן? צי זענען די נײַע עולים זיכער, אַז דאָרטן וועלן זיי געפֿינען אַרבעט און באַזאָרגן זייערע קינדער מיט אַ גוטער בילדונג? די פֿראַנצויזישע פֿאַרעלטערטע פּאָליטישע סיסטעם ווייסט נישט, ווי אַזוי צו אינטעגרירן די נײַע אימיגראַנטן. כּל־זמן פֿראַנקרײַך בלײַבט איינס פֿון די שענסטע און פֿרידלעכסטע לענדער אין דער וועלט, וועט די אָרטיקע ייִדישע קהילה אַ צוקונפֿט, נישט געקוקט אויף אַלע זאָרגן.

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/181388/escaping-from-france-to-israel-is-not-the-answer/#ixzz3Cxb3Dn00

Acerca de Central de Noticias Diario Judío

Noticias, Reportajes, Cobertura de Eventos por nuestro staff editorial, así como artículos recibidos por la redacción para ser republicados en este medio.

8 comentarios en «Huir de Francia a Israel no es la solución»
  1. El Gobierno Francés debe dar la cara. No es posible que en una democracia se permita tal abuso , por que ahora es esto y en poco tiempo más serán otras etnias y la intolerancia no podrán pararla nunca más. Es una pena que estos ciudadanos tengan que abandonar su País por culpa de un grupo pro-Musulmán Fundamentalista.

    Responder
  2. ¿LOS “PACÍFICOS SON QUIENES DEBEN HUIR? ¿DE QUÉ PAÍS ESTAMOS HABLANDO? ¿DEL DE LA TORRE EIFELL, DEL DE LOS MUSEOS HERMOSOS, DEL DE UNO DE EUROPA EN DEMOCRACIA? ¡SEGURO LEÍ MAL EL NOMBRE DEL PAÍS! ¡Y SÍ ASÍ NO FUE…! Pena por quienes Hoy comandan…Veremos quienes comandarán MAÑANA…

    Responder

Deja tu Comentario

A fin de garantizar un intercambio de opiniones respetuoso e interesante, DiarioJudio.com se reserva el derecho a eliminar todos aquellos comentarios que puedan ser considerados difamatorios, vejatorios, insultantes, injuriantes o contrarios a las leyes a estas condiciones. Los comentarios no reflejan la opinión de DiarioJudio.com, sino la de los internautas, y son ellos los únicos responsables de las opiniones vertidas. No se admitirán comentarios con contenido racista, sexista, homófobo, discriminatorio por identidad de género o que insulten a las personas por su nacionalidad, sexo, religión, edad o cualquier tipo de discapacidad física o mental.


El tamaño máximo de subida de archivos: 300 MB. Puedes subir: imagen, audio, vídeo, documento, hoja de cálculo, interactivo, texto, archivo, código, otra. Los enlaces a YouTube, Facebook, Twitter y otros servicios insertados en el texto del comentario se incrustarán automáticamente. Suelta el archivo aquí

Artículos Relacionados: