Entrevista con el actor YiddishJacob Levin

Por:
- - Visto 279 veces

מירי קאָראַל, די דירעקטאָרשע פֿונעם „קאַליפֿאָרניער ייִדישן אינסטיטוט‟ אין לאָס־אַנדזשעלעס, האָט במשך פֿון די לעצטע 20 יאָר געמאַכט אַ סעריע פֿילמירטע אינטערוויוען אויף ייִדיש מיט עלטערע ייִדן אין דער „שטאָט פֿון די מלאכים‟, וואָס זענען געווען טעטיק אין די אָרטיקע ייִדיש־קרײַזן. במשך פֿון די לעצטע פּאָר יאָר האַלט זי אין אַרויפֿשטעלן אויסצוגן פֿון די ווידעאָס אויפֿן „יוטוב‟־קאַנאַל פֿונעם אינסטיטוט מיט ענגלישע אונטערקעפּלעך.

לעצטנס האָט קאָראַל צוגעשטעלט אויסצוגן פֿון אַן אינטערוויו מיטן אַקטיאָר יעקבֿ לעווין, וואָס זי האָט געמאַכט אין 2004. אַ געבוירענער אין לאָדזש, האָט לעווין זיך געלערנט אין די ייִדישע שולן אָנגעפֿירט פֿון בונדיסטן. ער דערמאָנט די וויכטיקע ראָלע וואָס ייִדיש האָט געשפּילט אין לאָדזשער געטאָ, וווּ מע האָט פֿאָרגעשטעלט ייִדיש טעאַטער און גאַסן־זינגער זענען אויפֿגעטראָטן מיט פֿריש־געשאַפֿענע לידער וועגן די לעצטע געשעענישן אין געטאָ. ער גיט איבער ווי אַזוי די קולטורעלע פֿירער, פּאָעטן און לערער אין דער געטאָ האָבן זיך באַמיט, מע זאָל „אײַנהאַלטן אַ שטיקל מענטשלעכן קולטורעלן ניוואָ, מע זאָל ניט אין גאַנצן אַראָפּפֿאַלן.‟


נאָכן באַפֿרײַט ווערן פֿון אוישוויץ, איז לעווין צוריקגעפֿאָרן קיין לאָדזש, וווּ ער האָט זיך געטראָפֿן מיט בונדישע חבֿרים. צוזאַמען מיט זיי איז ער צו 23 יאָר אַוועקגעפֿאָרן קיין מעלבורן, וווּ ער האָט אָנגעהויבן שפּילן אינעם אָרטיקן ייִדישן טעאַטער און איז געוואָרן אַקטיוו אין די אָרטיקע ייִדיש־קרײַזן.

אַחוצ דעם אינטערוויו מיט יעקבֿ לעווין קען מען אויף „יוטוב‟ זען אַנדערע אינטערוויוען אין דער סעריע מיט טעאָדאָר ביקעל ז׳׳ללילקע מײַזנערמשה שקלאַר און נאָך.

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/204994/interview-with-yiddish-actor-jacob-levin/#ixzz4mT7Yx0Fl

Deja tu Comentario

A fin de garantizar un intercambio de opiniones respetuoso e interesante, DiarioJudio.com se reserva el derecho a eliminar todos aquellos comentarios que puedan ser considerados difamatorios, vejatorios, insultantes, injuriantes o contrarios a las leyes a estas condiciones. Los comentarios no reflejan la opinión de DiarioJudio.com, sino la de los internautas, y son ellos los únicos responsables de las opiniones vertidas. No se admitirán comentarios con contenido racista, sexista, homófobo, discriminatorio por identidad de género o que insulten a las personas por su nacionalidad, sexo, religión, edad o cualquier tipo de discapacidad física o mental.


El tamaño máximo de subida de archivos: 300 MB. Puedes subir: imagen, audio, vídeo, documento, hoja de cálculo, interactivo, texto, archivo, código, otra. Los enlaces a YouTube, Facebook, Twitter y otros servicios insertados en el texto del comentario se incrustarán automáticamente. Suelta el archivo aquí

Artículos Relacionados: