La Historia de Riga, 1ra. Parte (en Yiddish)

Por:
- - Visto 801 veces

דעם 22סטן יוני 1941 איז נאצי- דייטשלאנד אנגעפאלן אויפן ראטן-פארבאנד. די סא וועטישע ארמיי איז ניט געווען צוגעגרייט צום אנפאל און האט אין אנהייב געליטן א גאנצע ריי מפלות. די יידישע באפעלקערונג האט אין מערסטן טייל ניט גע קאנט אנטלויפן צוליבן פונאנ-דערפאל פונעם טראנספארט-אציע-סיסטעם און אויך ווייל די דייטשן האבן זייער שנעל פאר כאפט גרויסע שטחים פון די סאוועטן.

דעם 1טן יולי האט די דייטשע ארמיי אריינגעשפאנט קיין ריגע. די לעטן, זייענדיק אויפגע בראכט אויף די סאוועטן, האבן מיט באגייסטערונג געטראפן די דייטשן. שפעטער, ווען ס’האט זיך אנגעהויבן די שחיטה איבער די יידן, זיינען די לעטן געווארן זייערע בעסטע געהילפן.


פאקטיש האבן זיך זייער ווייניק דייטשן באטייליקט אין די מאסן-דערשיסונגען פון יידן אין לעטלאנד. ווען די רויטע ארמיי האט באפרייט ריגע, זיינען געבליבן דארט נאר עטלעכע צענדליקער יידן, וואס זיינען געווען אפגעראטעוועט א דאנק געפעלשטע דאקומענטן אדער זיך אויסבאהאלטן ביי אייניקע גוטהארציקע לעטן.

צוריקקערן האבן זיך אנגעהויבן די יידן, וועמען ס’איז געלונגען צו אנטלויפן פון די דייטשן.זיי האבן דערזען דעם חורבן פון דער יידישער וועלט. נאך דעם האט זיך אנגעהויבן די סאוועטישע עפאכע. זיי האבן גלייך אנגעהויבן אויפשטעלן די אינדוסטריע. די אלטע חרובע אונטערנעמונגען און א סך נייע זיינען אויפגעשטעלט געווארן. ריגע איז, ווי אין די צארישע צייטן, געווארן א וויכ- טיקער אינדוסטריעלער צענטער. דא האט אויפגעבליט די ראדיא-עלעקטראנישע, מאשינען-בויאונגס-, כעמישע און אפילו וואגאנען-בויאונגס אינדוסטריעס.

אזוי ווי לעטלאנד האט ניט געהאט די נויטיקע ארבעטס-קראפט, זיינען, זעלבסטפארשטענד לעך, אריינגעפירט געווארן רוסן, וואס האבן זיך ניט בלויז אסימילירט אין דער לעטישער סביבה, נאר אפטמאל ארויסגעוויזן צו די לעטן אן אמתע פיינטשאפט. וואס ס’איז שייך דער פאליטישער אטמאספערע, דא זיינען פארגעקומען מאסן-ארעסטן און פארשיקונגען קיין סיביר און אפילו נאך ווייטער (אויף מזרח).

אלע באמיאונגען אויפצושטעלן יידישע געזעלשאפטלעכע און קולטורעלע ארגאניזאציעס האבן זיך אנגעשטויסן אויף א מעכטיקן “נעלזיא” (מ’טאר ניט). ס’זיינען געווען איינציקע אומלעגאלע יידישע גרופעס, אבער זייער גורל איז געווען א ביטערער,געוויינלעך פלעג זיך דארטן אריינ-שמוגלען א פראוואקאטאר, וואס פלעג זיי דערנאך פארמסרן. די שטראף איז געווען א שרעקלעכע.

די לעבנס-באדינגונגען זיינען געווען זייער שווער. ס’איז געווען א דוחק אין אלצדינג.די פאר דינסטן זיינען געווען נישטיקע און ס’האט קוים געקלעקט זיך דורכצולעבן. דא שרייב איך וועגן איינפאכע בשר-ודמס. די קאמוניסטישע פני האבן פון קיין מאנגל ניט געוואוסט. דערמאנען דארף איך דא, אז דער סאוועטישער רעזשים אין די באלטישע לענדער איז געווען א סך מילדער פארן רעזשים אין די אנדערע טיילן ראטן-פארבאנד.

נאכן טויט פון יאסיף סטאלין איז געווארן א ביסל לייכטער פאליטיש, אבער ניט עקאנאמיש. ס’האבן זיך געענדיקט די מאסן-ארעסטן. א סך ארעסטירטע זיינען באפרייט געווארן. מיט פריי הייט האט דאס אבער אפילו ניט געשמעקט. א גרופע יידישע אקטיוויסטן האבן געוואלט שאפן א יידישן דראמאטישן אנסאמבל, נאר דער קולטור-מיניסטער האט זיי אין גאנצן אפגעזאגט אויף א קאלטן אופן און געדראט, אויב זיי וועלן נאך אמאל פארזוכן אויפהייבן די פראגע, וועט עס זיי טייער אפקאסטן.

דאס לעבן איז אבער געגאנגען פארויס. ס’האבן זיך באוויזן כלערליי אונטערערדישע קול טורעלע,פאליטישע, ציוניסטישע און אויך לעטיש-נאציאנאליסטישע ארגאניזאציעס. חוץ דעם, וואס די מאכט-ארגאנען פלעגן פארשטומען די אויסלענדישע ראדיא-סטאנציעס, ווי “די אמעריקאנער שטימע”, “דייטשע וועלע”, “בי.בי.סי.”, קול ישראל”, וואס האבן טראנסלירט אויף רוסיש, האט מען זיי געהערט אויף דייטש,ענגליש און אפילו אויף יידיש.

צום סוף איז די סאוועטישע מאשין זיך פונאנדערגעפאלן. לעטלאנד איז געווארן אומאפהענגיק. אין ריגע איז געגרינדעט געווארן א יידישע געמיינדע, א יידישע שולע, באשטאנען פון א גרונט- און א מיטלשול. ס’האט זיך דערעפנט א ישראלדיקע אינפארמאציע-אינסטאנץ, א כשרער רעסטארן און שפייז-געשעפט ווי אויך א ליובאוויטשער בית-קהילה.

דערמאנען וויל איך דא, אז אין די סאוועטישע צייטן איז די שואה-טעמע געווען שטרענג פאר- באטן און ישראל איז, נאך אמעריקע, געווען דער ערשטער שונא אין פארבאנד. נאכדעם ווי גאר באטשאוו האט אנגעהויבן זיין “פערעסטרויקא” (איבערבוי) האט מען גענומען ארויסלויפן פון לאנד, וואוהין מ’האט נאר געקאנט. יידן האבן עמיגרירט קיין ישראל און אמעריקע, און טיילווייז קיין דייטשלאנד, און די רוסן און לעטן, וואוהין ס’האט זיך נאר געלאזט. פון-דעסט-וועגן האבן די נייע בעלי-הביתים אפגעגעבן די געוועזענע אייגנטימער אדער זייערע יורשים די הייזער און ערד וואס זיינען געווען קאנפיסקירט פון די סאוועטן.

ריגע אליין איז געווארן וואונדערשיין, אבער דאס לעבן איז איצט זייער א שווערס. לעטלאנד איז דערווייל איינע פון די ארעמסטע לענדער אין אייראפע. האפנטלעך וועט זי ארויסקריכן פון דעם עקאנאמישן זומפ.

Deja tu Comentario

A fin de garantizar un intercambio de opiniones respetuoso e interesante, DiarioJudio.com se reserva el derecho a eliminar todos aquellos comentarios que puedan ser considerados difamatorios, vejatorios, insultantes, injuriantes o contrarios a las leyes a estas condiciones. Los comentarios no reflejan la opinión de DiarioJudio.com, sino la de los internautas, y son ellos los únicos responsables de las opiniones vertidas. No se admitirán comentarios con contenido racista, sexista, homófobo, discriminatorio por identidad de género o que insulten a las personas por su nacionalidad, sexo, religión, edad o cualquier tipo de discapacidad física o mental.


El tamaño máximo de subida de archivos: 300 MB. Puedes subir: imagen, audio, vídeo, documento, hoja de cálculo, interactivo, texto, archivo, código, otra. Los enlaces a YouTube, Facebook, Twitter y otros servicios insertados en el texto del comentario se incrustarán automáticamente. Suelta el archivo aquí

Artículos Relacionados: