La historia de un rabino y un soldado durante la Segunda Guerra

Por:
- - Visto 339 veces

זײ זײַנען אין גאַנצן ניט געװען געראָטן אײנס אינעם צװײטן, סײַדן דאָס, װאָס זײ זײַנען בײדע געװען געלע.

בײַ זלמנען מיט דער לאַנגער װײַסער באָרד איז דער גאַנג שטענדיק אַ פּאַמעלעכער, רײדן רעדט ער שטיל בנעימות, כאָטש פֿון די אױגן קוקט אַרױס אַ קלוגער שמײכל, פֿונעם שמועס — אַ גלײַכװאָרט.

בײַ פֿײַװיש־בערעלען דערלעבט דאָס בערדעלע קײן מאָל ניט אױס­װאַקסן מער, װי ער ברױכט עס. דאָס קורצלעך נעזל זעט אױס װי אַ קיר­פּאַטע. פֿון די אױגן שפּריצט מיט גע­לעכטער און זײַן גענגעלע הערט מען פֿאַר אַ װערסט, פּונקט װי די עט­װאָס הױכלעכע אָפּצאַסן פֿון זײַנע אױס­גע­פּוצטע שטיװל װאָלטן געװען אײנס מיטן טומלדיקן באַלעבאָס מיט זײערן.


בײדע — אי זלמן, אי פֿײַװיש־בע­רעלע — זײַנען לײַבלעכע ברידער. פֿון אײן טאַטן, פֿון אײן מאַמען און בײדע זײַנען זײ שוסטער, בני־שוסטער און װױנען אַלע יאָרן אין אײן און דעם זעלבן דאָרף.

צו יעדן פֿון זײ, װער ס׳פֿאַרגײט אין שטוב, װעט ניט אַרױס פֿון דאָרט קײן הונגעריקער. פֿאַר אַ דורכפֿאָרער איז דאָרט גרײט אַ נאַכטלעגער און אַ גוט געמיט סײַ בײַ דעם באַלעבאָס אַלײן, סײַ בײַ דעם גאַנצן הױזגעזינד.

די ברידער זײַנען אַפֿילו גרײט מקנא זײַן אײנער דעם צװײטן אױף אַזאַ געפֿינס.

נאָר דאָס איז גאָרניט.

אױף אַ דאָרפֿס־ייִדן איז עס ניט קײן חידוש.

בײַם מנין האָבן זײ זיך געזען אַלע שבת. און אין מיטן װאָך פֿלעגט פֿײַװיש־בערעלע בײַ יעדער געלעגנ­הײט זיך אַרײַנכאַפּן צום עלטערן ברודער. אַמאָל פֿעלט אים אױס אַ קלײנער קאַפּול, אַמאָל לױפֿט ער פֿון עפּעס אַ “כאָזאַיִן”, װאָס װױנט פֿון יענער זײַט הרעבליע, איז װי אַזױ פֿאַרלױפֿט מען ניט אין אײן װעגס אַ קוק טאָן, װאָס טוט זיך בײַ זלמנען? אַזױ טאַקע נאָר אױף אײן פֿוס, זיך צוזעצן איז ניט די צײַט. אַ קוק, אַ זאָג עפּעס און אַװעקגעלאָפֿן.

אַ זײַטיקן װאָלט זיך געקאָנט אױס­װײַזן, אַז דער גאַנצער כּיװן פֿײַ­װיש־בערעלעס איז באַשטאַנען אין דרינען, ער זאָל זיך אַ רײץ טאָן מיטן עלטערן ברודער.

אין לעדערנעם פּעקעלע בײַ פֿײַ­װיש־בערן האָבן גענומען װאַקסן נאָדלען. אַרבעט איז נאָך אַפֿילו דאָ, נאָר ער קאָן ניט אײַנזיצן. ער טוט אַ װאָרף דעם שטיװל מיט פֿאָטיהײעץ, דאָס העמערל פֿליט אָפּ אָן אַ זײַט, ער פֿאַרמאַכט די טיר פֿון דרױסן אױף דער קליאַמקע און טוט אַ לױף דורך דעם זאַמדיקן דאָרף פֿאַרבײַ דעם ברײטן קלױסטער־פּלאַץ. ער כאַפּט אַ שמעק אין דאָרפֿראַט. דאָרט איז איצט כּסדר עמעצער דאָ. פֿון דאָרטן דאַרף מען נאָר איבערשפּאַנען דאָס קלײנע בריקל, איז שױן זלמנס נידעריק גאַ­ניקל מיט דער הױזטיר.

דער װערקשטאַט זלמנס, ניט גע­קוקט דערױף, װאָס די גאַנצע שטוב איז איצט לײדיק, שטײט זיך אױף זײַן אַלטן אָרט אין קיך אַרום פֿענצטער.

נו, רבֿ, װעט איר עפּעס זאָגן?

פֿײַװיש־בערעלע פֿלעגט אױס­שיסן די דאָזיקע עטלעכע װערטער און זיך אונטערגעבן פֿרײלעכקײט. אָבער אױפֿן לײדיקן מאָגן גײט קײן טאַנץ ניט.

זלמן טוט אַ זיפֿץ. און דאָ האָסטו שױן דעם גאַנצן ענטפֿער.

אין אמתן, דאָס לעבן האָט זיך שױן אַזױ שײן געװען אױסגעשטעלט. די עלטערע קינדער זײַנען שױן געקומען צו אַ װעג. די קלענערע האָבן זיך געלערנט, אַ דאַנק גאָט, ניט קײן דחקות, ניט קײן נױט, יעדערס לױט זײַנע כּוחות, לױט זײַנע פֿעיִקײטן.

פֿרעגט זיך, צו װאָס דאַרף דער אײבערשטער אױף זײַן װעלט שפּי­נען, עקדישן, שלענג, װעלף און נאָך אַזעלכע ניט־גוטע װי המן, אַ פּעט­לורע, אַ היטלער, ימח־שמו זאָל ער װערן.

נאָר דערװײַל לאָזט זלמן אױס דאָס האַרץ צום ייִנגערן ברודער. למאַי האָט ער פֿאַרגעסן אין ייִדישקײט, למאַי דאַװנט ער ניט.

מילא די יונגע… זײַנען װאָס זײ זײַנען זיך. נו, אין זײ מישט ער זיך ניט, זײ לײענען ביכלעך, זײ לערנען, זײ װײסן זיך זײערס. אָבער דו! קײן עין־הרע אַ סאָלדאַט אין יאָרן, װאָלט זיך דער גוטער יאָר אַװעקגעכאַפּט, װען דו מעסט אױף זיך אָן דעם טלית און תּפֿילין אַלע גאַנץ פֿרי און מאָ­ליעסט זיך אָפּ?

פֿײַװיש־בערעלען איז, דעם אמת געזאָגט אַ ביסל געװען אומהײמלעך זיך פֿאַרקריגן אין אַזאַ צײַט מיט גאָט. נאָר די תּפֿילין — זײַ אַ בריה און זוך זײ אױף. זײ זײַנען אָדער ערגעץ פֿאַר­לײגט, אָדער די װײַב האָט זײ פֿאַר­שלעפּט אין מירניצע צוזאַמען מיט די איבעריקע בעבעכעס.

נאָ, מאַך אַ ברכה!

פֿײַװיש־בערעלע האָט אַרױסגע­נומען פֿון קעשענע אַן אָנגעװאַרעמט גלאָז מיט רױטע יאַגעדעס און פּטור געװאָרן פֿון איבעריקע רײד.

דאָ אין דאָרף איז עס אַ נאָװינע, מ׳דאַרף נאָך זײ גײן אַזש צו די כו­טאָרעס.

* * *

בײדע װײַבער און זלמנס עלטערע טאָכטער האָבן איבערגעגעבן אַ צע­טעלע, אַז די קרובֿים אין שטעטל לאָזן זײ ניט פֿאָרן צוריק. פֿאַרקערט, גיכער פֿון אַלץ װעט זײ אױסקומען זיך לאָזן אין אײנעם קײן קראַסנע. דאָרטן װעלן זײ מסתּמא פֿאַרפֿאָרן צו די מחותּנים — צו משהס שװער און שװיגער…

און איר זאָלט דאָרט זען װי די צײַט װעט װײַזן, װײַל דאָ זײַנען נאָר פֿון אַסקאָלעס אַלײן אַ סך מענטשן אַװעק פֿון דער װעלט.

פֿײַװיש־בערעלע האָט אָנגע­שטעלט אַ פּאָר אױגן אױפֿן עלטערן ברודער און לאַנג, לאַנג ניט אָפּגעלאָזט, פּונקט װי ער װאָלט עפּעס געמאָנט בײַ אים, פּונקט װי ער װאָלט געמײנט צו זאָגן:

דו ביסט דאָך, אַז מ׳װיל זאָגן, אַ ביסל אַ רבֿ… נו, אַדרבא, זאָג…

* * *

די רידניער ייִדן האָבן זיך שױן אַלע צעפֿאָרן. אַפֿילו די פּױערים, די קאָלװירטלער האָבן גענומען קומען אין װאַלד אַרײַן.

ס׳איז אַ סבֿרא, אַז װאַסילקע קרוטש (אַ גנבֿ־שבגנבֿים) איז אַנטלאָפֿן פֿון דער טורמע. ער באַרימט זיך, אַז ער װעט קײנעם ניט טשעפּען, ער מוז נאָר אַרײַנשטעכן אַ מעסער אין האַרצן סערגעיען, דעם פֿאָרזיצער פֿון דאָרפֿסראַט.

אײגנטלעך אין טורמע האָט אים געזעצט ניט סערגײ און ניט קײן אַנדערער דאָ אין דאָרף. מ׳האָט אים געכאַפּט אין סירענעצע מיט אַ געגנבֿעט פֿערד, און אַהער האָט מען אים שױן מער ניט געבראַכט.

הקיצור־ס׳שלעכט.

דו זיצסט בײַם װערקשטאַט און קײנער דאַרף עס איצט ניט. ס׳איז פּונקט װי דו װאָלסט זיך נאָכגעקרימט פֿון זיך אַלײן. פּשוט אַ מענטש װיל אַלײן פֿאַרטומלען דעם קאָפּ מיט עפּעס.

אין די שטילע גאַנצפֿריִען הערט מען װי ס׳הודיען עראָפּלאַנען, אַזױ װי די אײַנגעגעסענע שמעלן און ס׳נודיעט אַזױ בײַם האַרצן, כאָטש טו זיך אַ מעשה אָן.

דאָס דאָרף רוקט זיך אין װאַלד אַרײַן שױן ניט נאָר מיט די קאַסטנס, נאָר אַנדערע אַפֿילו מיט די געזינדער.

אין דאָרפֿסראַט איז געװען אַן אַסיפֿה, און מ׳האָט באַלד נאָך דעם אַװעקגעטריבן די קאָלװירטישע טשע­רעדע ערגעץ װײַט. מ׳זאָגט, אַז אין טיף ראַסײ.

זיך געדאַרפֿט אפֿשר צוטשעפּען צו די הײַדײעס און אַװעקגײן מיט זײ אין אײנעם.

לאַנגע, זײער לאַנגע טעג.

און דאָס הודיען פֿון די עראָפּלאַנען סמאָקעט אַזױ בײַם האַרצן, אַז אײן גאָט זאָל זיך מרחם זײַן.

ענדלעך איז דאָ נאָענט דורכ­גע­גאַנגען אַ סך חײל. אונדזערע זײַנען דורכגעגאַנגען. ס׳איז געװאָרן אַ ביסל הײמלעכער, גרינגער אױף דער נשמה. אָבער ניט אױף לאַנג. זײ האָבן זיך דאָ ניט אָפּגעשטעלט.

קרוטשיקן, דערצײלט מען, האָט מען װײַטער געפּאַקט און איצט װעט ער שױן מער ניט קומען אַהײם, ניט אין ערגעץ. מ׳האָט מיט אים קײן לאַנגע מחזקות ניט געמאַכט — תּכסיסי־מלחמה!

פֿײַװיש־בערעלע איז װײַטער געקומען צו לױפֿן. זײַנע אַלע רײד זײַנען באַשטאַנען פֿון אײן־און־אײנ­ציק קורצן אָפּגעהאַקטן “נו?”

נו־ע־ע!

פֿון דאַנען גײ איך ניט, — האָט זלמן געענטפֿערט, װי ער װאָלט עמעצן פֿאָרגעװאָרפֿן. — מ׳װאַרפֿט ניט אַװעק קײן שטוב און אַלץ מיט אַנאַנ­דער.

און דער דײַטש? — האָט פֿײַ­װיש־בערעלע אַרױסגענומען אײן קלײ­נינקע טענה, װאָס האָט געװױגן פֿאַר הונדערט גרױסע.

זלמן האָט געשװיגן אַ װײַלע, דערנאָך האָט ער גענומען שטאַמלען.

כ׳װײס?… כ׳מײן… ניע טאַק טשאָרט סטראַשני יאַק יעהאָ מאַליויוט (דער טײַװל איז ניט אַזױ שרעקלעך װי מען מאָלט אים).

Read more: http://blogs.yiddish.forward.com/oyneg-shabes/182580?utm_source=Sailthru&utm_medium=email&utm_term=Oyneg%20Shabes&utm_campaign=Oyneg%20Shabes#ixzz3HldKB6kR

 

Acerca de Central de Noticias Diario Judío

Noticias, Reportajes, Cobertura de Eventos por nuestro staff editorial, así como artículos recibidos por la redacción para ser republicados en este medio.

2 comentarios en «La historia de un rabino y un soldado durante la Segunda Guerra»

Deja tu Comentario

A fin de garantizar un intercambio de opiniones respetuoso e interesante, DiarioJudio.com se reserva el derecho a eliminar todos aquellos comentarios que puedan ser considerados difamatorios, vejatorios, insultantes, injuriantes o contrarios a las leyes a estas condiciones. Los comentarios no reflejan la opinión de DiarioJudio.com, sino la de los internautas, y son ellos los únicos responsables de las opiniones vertidas. No se admitirán comentarios con contenido racista, sexista, homófobo, discriminatorio por identidad de género o que insulten a las personas por su nacionalidad, sexo, religión, edad o cualquier tipo de discapacidad física o mental.


El tamaño máximo de subida de archivos: 300 MB. Puedes subir: imagen, audio, vídeo, documento, hoja de cálculo, interactivo, texto, archivo, código, otra. Los enlaces a YouTube, Facebook, Twitter y otros servicios insertados en el texto del comentario se incrustarán automáticamente. Suelta el archivo aquí

Artículos Relacionados: