La Nueva “Aliyah”: Quienes no están de acuerdo con los territorios ocupados encuentran asilo en Ucrania

Por:
- - Visto 641 veces

די אוקראַיִנישע שטאָט אומאַן איז, אין תּוך אַרײַן, אַ לאָך, און וועגן אַזעלכע  ערטער הערט מען ניט בדרך-כּלל אין אינטערנאַציאָנאַלע נײַעס. אָבער די דאָזיקע  שטאָט האָט געהאַט דאָס מזל צו ווערן אַ צענטער פֿון ייִדישן רעליגיעזן טוריזם,  ווײַל דאָרטן געפֿינט זיך דער קבֿר פֿון ר’ נחמן בראַסלעווער. מע גלייבט, אַז ר’  נחמן האָט אַ מאָל געזאָגט: „גאָר מײַן זאַך איז ראש-השנה‟ — און טאַקע צוליב דעם  שטראָמען אַהין טויזנטער חסידים אַרום דער צײַט פֿון דעם ייִדישן נײַ-יאָר. דער  שטראָם, וואָס האָט זיך אָנגעהויבן ווען די סאָוועטישע מאַכט האָט גענומען גוססן,  ווערט שטאַרקער יאָר-אײַן יאָר-אויס.

דעם סעפּטעמבער זײַנען אַהין געקומען בערך 30 טויזנט ייִדן פֿון 16 לענדער.  הײַיאָר זײַנען אַ סך חסידים געקומען בלויז צו פֿאַרברענגען אין אומאַן איין טאָג  און אויף יום-טובֿ גופֿא האָבן זיי זיך אומגעקערט אַהיים. מיטן אונטערהאַלטן די  אָרדענונג האָבן אין דער צײַט זיך באַשעפֿטיקט 428 אוקראַיִנישע און 12  רוסיש-רעדנדיקע ישׂראלדיקע פּאָליציאַנטן; ווי אויך 89 פֿײַערלעשער און אַנדערע  מינים ספּעציאַליסטן. אויף דער צײַט האָט די ישׂראלדיקע אַמבאַסאַדע אַפֿילו  געעפֿנט אַ קאָנסולאַט אין אומאַן.

ווי תּמיד, זײַנען אַ טייל אומאַנער תּושבֿים פֿאַרבליבן צופֿרידן מיט די געסט,  ווײַל זייער קומען האָט געבראַכט געלט — מע האָט געדונגען דירות, געקויפֿט כּלערליי  זאַכן. ווי אַ פּועל-יוצא, זײַנען צענדליקער טויזנטער דאָלאַרן אַרײַנגעגאָסן  געוואָרן אין דער היגער עקאָנאָמיע. אָבער אַנדערע אומאַנער זײַנען גאָר ניט  צופֿרידן, צי אַפֿילו בייז מיטן שמוץ, וואָס בלײַבט נאָך יעדן האַרבסטיקן  „טוריסטישן‟ סעזאָן, בפֿרט נאָך אַז די שטאָטישע אינפֿראַסטרוקטור איז פּשוט ניט  אויסגערעכנט אויסצוהאַלטן אַזאַ פֿילקעפּיקע „אינוואַזיע‟.


כּמעט אַלע ייִדישע געסט זײַנען ביז דעם 10טן סעפּטעמבער אַוועקגעפֿאָרן אַהיים;  אייניקע האָבן זיך פֿאַרהאַלטן אַ ביסל לענגער. אָבער עס זײַנען דאָ אַזעלכע, וואָס  קלײַבן זיך ניט אַוועקצופֿאָרן. די רוסיש-שפּראַכיקע פּרעסע דערציילט וועגן ייִדישע  היימלאָזע אין אומאַן.

צענדליקער ישׂראלים דרייען זיך אין דער שטאָט שוין אין משך פֿון עטלעכע יאָר.  אייניקע קאָמענטאַטאָרן האַלטן זיי פֿאַר „נאָרמאַלע‟ מיטגלידער פֿון דער היגער  קהילה; די אַנדערע טענהן, אַז זיי שטעלן מיט זיך פֿאָר פּשוט אַ באַנדע יונגע לײַט.  עס זײַנען אויך דאָ אַזעלכע, וואָס האַלטן, אַז ס‘איז אַ באַזונדערע „סעקטע‟. אין  דער אמתן, געהערן טאַקע די היימלאָזע חסידים צו פֿאַרשיידענע קאַטעגאָריעס. אַזוי  יעדנפֿאַלס קלאַסיפֿיצירט זיי די ישׂראלדיקע פּרעסע.

עס זײַנען דאָ אַזעלכע חסידים, וואָס האָבן גענומען אויף זיך דאָס שליחות פֿון  האַלטן ציכטיק דעם הייליקן קבֿר. זיי דאַווענען אין דער היגער שיל און באַפֿעלקערן  די קהילה, וואָס עקזיסטירט אין דער שטאָט אין משך פֿון דעם גאַנצן יאָר. די צאָל  פֿון אַזעלכע ייִדן איז ניט קיין גרויסע, אַרום אַ טוץ נפֿשות. אַ חוץ יחידים,  קומען וווינען אין אומאַן עטלעכע חסידישע משפּחות און בלײַבן דאָרט אַ פּאָר  יאָר.

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/173392/the-little-jewish-land-in-uman/#ixzz2mMHVlr5T

Acerca de Central de Noticias Diario Judío

Noticias, Reportajes, Cobertura de Eventos por nuestro staff editorial, así como artículos recibidos por la redacción para ser republicados en este medio.

1 comentario en «La Nueva “Aliyah”: Quienes no están de acuerdo con los territorios ocupados encuentran asilo en Ucrania»

Deja tu Comentario

A fin de garantizar un intercambio de opiniones respetuoso e interesante, DiarioJudio.com se reserva el derecho a eliminar todos aquellos comentarios que puedan ser considerados difamatorios, vejatorios, insultantes, injuriantes o contrarios a las leyes a estas condiciones. Los comentarios no reflejan la opinión de DiarioJudio.com, sino la de los internautas, y son ellos los únicos responsables de las opiniones vertidas. No se admitirán comentarios con contenido racista, sexista, homófobo, discriminatorio por identidad de género o que insulten a las personas por su nacionalidad, sexo, religión, edad o cualquier tipo de discapacidad física o mental.


El tamaño máximo de subida de archivos: 300 MB. Puedes subir: imagen, audio, vídeo, documento, hoja de cálculo, interactivo, texto, archivo, código, otra. Los enlaces a YouTube, Facebook, Twitter y otros servicios insertados en el texto del comentario se incrustarán automáticamente. Suelta el archivo aquí

Artículos Relacionados: