La Segunda Guerra Mundial y sus historias

Por:
- - Visto 301 veces

די פּאָליטיק װירקט אויף אונדזער פֿאַרשטאַנד בײַם אויפֿנעמען דעם היסטאָרישן עבֿר, און די איצטיקע צײַט איז ניט קײן אױסנאַם פֿונעם דאָזיקן כּלל. די אַקאַדעמישע קאָנפֿערענץ, װאָס איז פֿאָרגעקומען אין מאָסקװע אָנהײב יוני, האָט אַנטפּלעקט אינטערעסאַנטע טענדענצן, װאָס וועלן מן־הסתּם װערן נאָך בולטער אין דער צוקונפֿט. די קאָנפֿערענץ איז געװען געװידמעט דעם איבערגאַנג פֿון דער מלחמה צום שלום אין מיזרח־אײראָפּע אין 1945. די אָרגאַניזאַטאָרן זײַנען געװען די מאָסקװער הױכשול פֿאַר עקאָנאָמיע און די דײַטשישע פֿרידריך־עבערט־פֿונדאַציע.

די רעפֿערענטן האָבן באַהאַנדלט דעם גורלדיקן היסטאָרישן מאָמענט פֿון פֿאַרשידענע נאַציאָנאַלע און טעמאַטישע שטאַנדפּונקטן. דער עיקר, איז די רײד געגאַנגען װעגן יענע פּראָבלעמאַטישע אַספּעקטן, װאָס מען האָט פֿריִער ניט באַהאַנדלט באריכות: די מיטאַרבעט פֿון רוסן מיט די דײַטשישע אָקופּאַנטן, דער װידערשטאַנד פֿון פּאַרטיזאַנער קעגן דער סאָװעטישער מאַכט נאָך דער מלחמה אין די באַלטישע לענדער, דער גורל פֿון געצװוּנגענע „אָסט־אַרבעטער‟, װאָס מען האָט זיי אומגעקערט נאָך דער מלחמה פֿון דײַטשלאַנד קײן סאָװעטן־פֿאַרבאַנד, און אַנדערע קאָמפּליצירטע ענינים.

נאַטירלעך, האָט מען אױך גערעדט װעגן דעם ייִדישן חורבן און אױך אַ ביסל װעגן דער ייִדישער קולטור. צומאָל, האָט מען באַרירט די דאָזיקע טעמעס אױך אין אַנדערע רעפֿעראַטן, כאָטש קײן גרױסן אינטערעס האָבן זײ ניט אַרױסגערופֿן. דער ייִדישער חורבן איז שױן מער ניט קײן חידוש. ער געהערט צו יענע אַספּעקטן פֿון דער מלחמה, װאָס זײַנען גוט באַקאַנט (לכל־הפּחות אין מערבֿ), און װערן געפֿאָרשט אױף אַ סיסטעמאַטישן אופֿן. די מעטאָדאָלאָגיע, װאָס מען האָט אַנטװיקלט צו פֿאָרשן דעם ייִדישן חורבן, װערט איצט גענוצט אױך בײַם אַנטפּלעקן די ביטערע דאָליע פֿון אַנדערע קרבנות־גרופּעס — סײַ בעת דער מלחמה, סײַ פֿאַר און נאָך איר. מען מאַכט אינטערװיוען מיט די פֿאַרבליבענע, מען פֿאָרשט דאָקומענטן פֿון פֿאַרשידענע מיליטערישע און פּאָליציייִשע אַנשטאַלטן, מען זוכט שפּורן אין דער ערד.


אַזױ אַרום אַנטשטײען אַלטערנאַטיװע געשיכטעס פֿון רדיפֿות און װידערשטאַנד פֿון ביז גאָר פֿאַרשידענע גרופּעס מענטשן. אַזאַ מין לאָקאַלע רעװיזיע פֿון דער געשיכטע, װאָס איז ביז לעצטנס געשריבן געװאָרן פֿונעם װעלט־היסטאָרישן שטאַנדפּונקט פֿון „גרױסע‟ מאַכטן, איז ספּעציעל פּאָפּולער אין די נײַע מלוכות, װאָס האָבן זיך באַפֿרײַט פֿון דער סאָװעטישער שליטה מיט פֿינף און צװאַנציק יאָר צוריק, און איצט זוכן זיי אַן אײגענעם אָרט אין דער װעלט־געשיכטע. הײַנט איז גוט צו זײַן אַ קרבן. אַזױ, למשל, האָבן די באַלטישע לענדער צוגעטראַכט די קאָנצעפּציע פֿון דער „טאָפּלטער אָקופּאַציע‟: זײ האָבן געליטן בערך אין אַ גלײַכער מאָס אי פֿון די סאָװעטן, אי פֿון די נאַציסטן.

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/188454/world-war-ii-and-its-histories/?p=all#ixzz3cUJBhbLd

Acerca de Central de Noticias Diario Judío

Noticias, Reportajes, Cobertura de Eventos por nuestro staff editorial, así como artículos recibidos por la redacción para ser republicados en este medio.

Deja tu Comentario

A fin de garantizar un intercambio de opiniones respetuoso e interesante, DiarioJudio.com se reserva el derecho a eliminar todos aquellos comentarios que puedan ser considerados difamatorios, vejatorios, insultantes, injuriantes o contrarios a las leyes a estas condiciones. Los comentarios no reflejan la opinión de DiarioJudio.com, sino la de los internautas, y son ellos los únicos responsables de las opiniones vertidas. No se admitirán comentarios con contenido racista, sexista, homófobo, discriminatorio por identidad de género o que insulten a las personas por su nacionalidad, sexo, religión, edad o cualquier tipo de discapacidad física o mental.


El tamaño máximo de subida de archivos: 300 MB. Puedes subir: imagen, audio, vídeo, documento, hoja de cálculo, interactivo, texto, archivo, código, otra. Los enlaces a YouTube, Facebook, Twitter y otros servicios insertados en el texto del comentario se incrustarán automáticamente. Suelta el archivo aquí

Artículos Relacionados: