Las mascotas también están sufriendo por la guerra en Gaza

Por:
- - Visto 286 veces

אַ הייסער נאָכמיטאָג אין תּל־אָבֿיבֿ. פּלוצלינג דערהערט זיך אַ סירענע, און די גאַנצע משפּחה, אַרײַנגערעכנט פֿינף הינט, גייט גיך און רויִק אַרײַן אינעם באַוואָרנטן צימער. אָבער בײַ אַ צווייטער משפּחה איז גאָר אַנדערש: באַלד ווי דער הונט דערהערט די סירענע, באַפּישט ער זיך.

אתי אַלטמאַן, אַ וואָרטזאָגערין פֿאַר דער אָרגאַניזאַציע Let the Animals Live [ראַטעוועט די חיות], זאָגט, אַז זי האָט שוין געזען אַ סך פֿאַלן פֿון טראַוומע בײַ שטוב־חיות זינט דעם אָנהייב פֿון דער מלחמה אין עזה. אַ טייל פֿון זיי באַהאַלטן זיך אונטערן טיש, ווען זיי דערהערן די סירענע, און אַנדערע דרייען זיך גיך אין אַ ראָד, אַזוי ווי זיי וואָלטן געפּרוּווט כאַפּן דאָס וויידל — און זיי טוען עס אַ מאָל שעהען לאַנג.

„הינט האָבן אַ סך אַ שאַרפֿערן געהער ווי מענטשן,‟ האָט אַלטמאַן דערקלערט. „ווען זיי דערהערן די סירענע און די אויפֿרײַסן, איז עס בײַ זיי אין אויער 100 מאָל שטאַרקער ווי בײַ אונדז.‟


די אַמעריקאַנער אַרמיי איז געווען די ערשטע אָפֿיציעל צו אָנערקענען, אַז הינט קענען אויך לײַדן פֿון PTSD (פּאָסט־טראַוומאַטישער סטרעס־סינדראָם). ד״ר ניקאָלאַס דאָדמאַן, אַן עקספּערט פֿון PTSD בײַ חיות, איז געווען אַ קאָנסולטאַנט פֿאַרן אַמעריקאַנער מיליטער אינעם פֿאַל פֿון דזשינאַ, אַ יונגע דײַטשישע שאָפֿהינטיכע, וואָס בײַ איר האָבן זיך אַנטוויקלט נערוועזע סימפּטאָמען נאָך זעקס חדשים וווינען מיטן מיליטער אין איראַק. נאָכן אַהיימקומען קיין אַמעריקע, האָט זי אָנגעהויבן סאַפּען שווער און זיך אַנטקעגנשטעלן, יעדעס מאָל וואָס מע האָט זי געפּרוּווט אַרײַנפֿירן אין אַ הויז.

ד״ר אופֿרה גלילי, אַ ספּעציאַליסטין אין חיות־אויפֿפֿיר, רופֿט עס אָבער נישט PTSD. „אַ חיה קאָן זיכער לײַדן פֿון געוויסע סימפּטאָמען נאָך אַ געפֿערלעכער איבערלעבונג, אָבער אויב דער כעמישער צונויפֿשטעל פֿונעם מוח איז נאָרמאַל, וועט די חיה מיט דער צײַט זיך אויסהיילן. אויב די פּראָבלעם ציט זיך יאָרן לאַנג, איז עס מסתּמא געווען אַ כעמישער פֿעלער נאָך פֿונעם געבורט.‟

וואָס קאָנט איר טאָן צו פֿאַרהיטן, אַז אײַער שטוב־חיה זאָל נישט לײַדן קיין טראַוומע? אַ סך מענטשן האַלטן, אַז מע זאָל זיי גלעטן בעת עס קלינגט די סירענע, אָבער גלילי זאָגט פּונקט פֿאַרקערט. „אונדזערע שטוב־חיות האָבן ליב אויפֿמערק פֿון אונדז, און וועלן אָנהייבן אַסאָציִיִרן שרעקעדיקע זאַכן מיט ליבשאַפֿט — מיט אַנדערע ווערטער, מיר ׳טרענירן׳ זיי צו ווערן היסטעריש.‟

„ ווען איר הערט די סירענע, פֿירט זיך אויף זייער רויִק, אַפֿילו אויב אין האַרצן פֿילט איר זיך גאָר נישט רויִק,‟ האָט דאָדמאַן געזאָגט. „ווען אײַער חיה וועט זען, אַז איר האָט נישט קיין מורא, וועט זי זיך באַרויִקן.‟

„אויב אָבער די חיה ווײַזט נאָך אַלץ אַרויס עקסטרעמע סימפּטאָמען — זי סאַפּעט, אירע שוואַרצאַפּלען ווערן זייער גרויס און עס רינט בײַ איר די סלינע, נעמט זי צום וועטערינאַר און קריגט פֿאַר איר אַ באַרויִק־מיטל,‟ האָט ער צוגעגעבן.

Source: http://yiddish.forward.com/articles/180396/dogs-too-are-suffering-from-the-gaza-war/#ixzz39BdlkH4u

Acerca de Central de Noticias Diario Judío

Noticias, Reportajes, Cobertura de Eventos por nuestro staff editorial, así como artículos recibidos por la redacción para ser republicados en este medio.

Deja tu Comentario

A fin de garantizar un intercambio de opiniones respetuoso e interesante, DiarioJudio.com se reserva el derecho a eliminar todos aquellos comentarios que puedan ser considerados difamatorios, vejatorios, insultantes, injuriantes o contrarios a las leyes a estas condiciones. Los comentarios no reflejan la opinión de DiarioJudio.com, sino la de los internautas, y son ellos los únicos responsables de las opiniones vertidas. No se admitirán comentarios con contenido racista, sexista, homófobo, discriminatorio por identidad de género o que insulten a las personas por su nacionalidad, sexo, religión, edad o cualquier tipo de discapacidad física o mental.


El tamaño máximo de subida de archivos: 300 MB. Puedes subir: imagen, audio, vídeo, documento, hoja de cálculo, interactivo, texto, archivo, código, otra. Los enlaces a YouTube, Facebook, Twitter y otros servicios insertados en el texto del comentario se incrustarán automáticamente. Suelta el archivo aquí

Artículos Relacionados: