די פֿיגור פֿון אליעזר שטײנבאַרג שטײט אַ ביסל אין דער זײַט פֿונעם ייִדישן ליטעראַרישן הױפּטשטראָם. ערשטנס, װײַל ער, שטיינבאַרג, האָט פֿאַרבראַכט זײַנע שאַפֿערישע יאָרן אין רומעניע, װאָס איז געװען אַ װײַטע פּראָװינץ אױף דער ייִדישער ליטעראַרישער מאַפּע. װי עס האָט געשריבן די װאַרשעװער צײַטונג „ליטעראַרישע בלעטער‟, „איז די ייִדישע ליטעראַרישע רומעניע װײַטער פֿון אונדז װי די ייִדישע ליטעראַרישע אַמעריקע‟. און דערצו נאָך האָט שטײנבאַרג זיך ניט געפֿילט הײמיש אין דער „רענדאַרסקער אַטמאָספֿער‟ פֿון רומעניע, הגם ער האָט געלעבט אין טשערנאָװיץ, אין דער סאַמע קאָסמאָפּאָליטישער שטאָט אין דער „גרױסער‟ רומענישער מלוכה, װאָס האָט אַרײַנגענומען בעסאַראַביע, בוקאָװינע און טראַנסילװאַניע.

צװײטנס, האָט שטײנבאַרג ניט איבערגעלאָזט קײן גרױסן ליטעראַרישן עזבֿון. דאָס רובֿ װערק זײַנע געהערט צו דעם טראַדיציאָנעלן זשאַנער פֿון דיכטערישן משל, װאָס איז געװען װײַט פֿון װאָסער ניט איז אַװאַנגאַרדיסטישע און מאָדערניסטישע עקספּערימענטן. און דאָך, װי עס דערװײַזט אַלכּסנדר שפּיגלבלאַט אין זײַן גרונדיק געפֿאָרשטער און עלעגאַנט אָנגעשריבענער נײַער שטודיע „אַ משל זוכט אַ נימשל‟, שטײט שטײנבאַרג עד־היום אױף דער סאַמע קרײצונג פֿון די סאַמע װיכטיקע קולטורעלע און ליטעראַרישע אַנטװיקלונגען פֿון זײַן צײַט.

דאָס בוך עפֿנט זיך מיט אַ היסטאָריש־ביאָגראַפֿישן איבערזיכט, װאָס פֿאַרסך־הכּלט אַלע פֿאַראַנענע ידיעות װעגן שטײנבאַרגס לעבן און שאַפֿונג. שטײנבאַרג האָט אונטערגעהאַלטן לעבעדיקע פּערזענלעכע און ליטעראַרישע באַציִונגען מיט ביז גאָר פֿאַרשידענע יחידים און אָרגאַניזאַציעס. ער האָט קאָרעספּאָנדירט מיט ח. נ. ביאַליקן, געװען גוט באַקאַנט מיט איציק מאַנגערן, צװישן זײַנע יונגע תּלמידים זײַנען געװען משה אַלטמאַן און יעקבֿ שטערנבערג, װאָס זײַנען שפּעטער געװאָרן פֿירנדיקע פֿיגורן אין דער סאָװעטישער ייִדישער ליטעראַטור. װעגן שטײנבאַרגן האָבן געשריבן שמואל ניגער, דובֿ סדן, שלמה ביקל; זײַנע װערק האָט מען איבערגעדרוקט עטלעכע מאָל אין פֿאַרשידענע לענדער.

װאָס איז דער סוד פֿון שטײנבאַרגס פּאָפּולערקײט? כּדי צו פֿאַרענטפֿערן די דאָזיקער פֿראַגע, באַהאַנדלט שפּיגלבלאַט פֿאַרשידענע מינים װערק: משלים, לירישע לידער, מעשׂהלעך. פֿאַרן אױסגאַנג־פּונקט פֿון זײַנע אַנאַליטישע חקירות נעמט ער צװײ פֿאַרשידענע קריטישע אױסטײַטשונגען פֿון שטײנבאַרגס בײַטראָג אין דער ייִדישער ליטעראַטור. אין 1933, אַ יאָר נאָך דעם דיכטערס פּטירה, האָט ניגער באַטאָנט, אַז שטײנבאַרג האָט „געשאַפֿן אַ נײַעם סאָרט פֿאַבל, װאָס איז אָנגעזעטיקט ניט מיט טראַדיציאָנעלע אמתן, נאָר מיט אַ גײַסט פֿון מרידה, אַ פֿאַבל, װאָס רעװאָלטירט קעגן איר אײגענעם ׳קלאַסישן׳ געמיט‟. להיפּוך דערצו האָט סדן, מער װי דרײַסיק יאָר שפּעטער, באַטאָנט דעם טראַדיציאָנעלן מהות פֿון שטײנבאַרגס משלים און זײער „איבערפּאַרטײיִשקײט‟.

שטײנבאַרגס קינסטלערישער געדאַנק װאַלגערט זיך צװישן שאַרפֿער סאָציאַלער קריטיק און טיפֿן ספֿיקותדיקן פּעסימיזם. להיפּוך צו די קלאַסישע אײראָפּעיִשע משלים, האָט שטײנבאַרגס נימשל אָפֿטמאָל אַ טאָפּלטן זין, און צומאָל איז זײַן מײן ניט אין גאַנצן קלאָר. שפּיגלבלאַט דערקלערט דאָס אַזױ: „שטײנבאַרגן האָבן געגריזשעט די סאָציאַלע עװלות, ער האָט געפֿילט די ביטערקײט פֿון מענטשלעכן קיום — אָבער לױט זײַן װעלטבילד האָט ער געהאַלטן, אַז תּמיד װעלן בהמות בלײַבן בהמות און בעלי־בתּים — בעלי־בתּים.‟

Diario Judío México - Read more: http://yiddish.forward.com/articles/174414/a-fable-among-fables/#ixzz31oXbsVcR

Las opiniones expresadas aquí representan el punto de vista particular de nuestros periodistas, columnistas y colaboradores y/o agencias informativas y no representan en modo alguno la opinión de diariojudio.com y sus directivos. Si usted difiere con los conceptos vertidos por el autor, puede expresar su opinión enviando su comentario.

SIN COMENTARIOS

Deja tu Comentario

A fin de garantizar un intercambio de opiniones respetuoso e interesante, DiarioJudio.com se reserva el derecho a eliminar todos aquellos comentarios que puedan ser considerados difamatorios, vejatorios, insultantes, injuriantes o contrarios a las leyes a estas condiciones. Los comentarios no reflejan la opinión de DiarioJudio.com, sino la de los internautas, y son ellos los únicos responsables de las opiniones vertidas. No se admitirán comentarios con contenido racista, sexista, homófobo, discriminatorio por identidad de género o que insulten a las personas por su nacionalidad, sexo, religión, edad o cualquier tipo de discapacidad física o mental.