Lo que Facebook ha hecho recientemente (En Yiddish)

Por:
- - Visto 324 veces

דעם 4טן אױגוסט האָט די גרױסע טעכנאָלאָגישע פֿירמע „פֿײסבוק“ אַרױסגעלאָזט אַ מעלדונג װעגן אַ נײַעם אַלגאָריטעם, װאָס מע האָט געשאַפֿן, כּדי בעסער אױסצושטעלן די נײַעס־אַרטיקלען אױפֿן הױפּטזײַטל. דער דאָזיקער אַלגאָריטעם קען דיפֿערענצירן צװישן ערנצטע נײַעס־אַרטיקלען פֿון פֿאַרלאָזלעכע נײַעס־קװאַלן און צװישן כּלומרשטיקע נײַעסלעך, װאָס טראָגן שטאַרק צוציִענדיקע קעפּלעך (למשל, „אַ טוריסט אין ניו־יאָרק האָט געפֿונען אַ פֿרעמדן טשעמאָדאַן אין טאַקסי… װאָס איז דערנאָך געשען איז שװער צו גלײבן!“), אָבער אַז מע עפֿנט אױף דאָס זײַטל און מע לײענט עס, דערקענט מען באַלד, אַז זײ האָבן אַ קנאַפּן אינהאַלט. אױף ענגליש הײסט די קאַטעגאָריע אַרטיקלען „clickbait“ — דאָס הײסט, די װאָס האָבן דעם כּוח אַרײַנצוציִען דעם לײענער (ער זאָל „קליקן“, אַ קװעטש טאָן מיטן קאָמפּיוטער־מײַזל), אַזױ װי דער פֿיש צו דער נעץ, און דאָס פֿערד צו דער טאָרבע. „פֿײסבוק“ גיט צו פֿאַרשטײן, אַז צוליב דעם נײַעם אַלגאָריטעם װעלן זיך די אמתדיקע אַרטיקלען אױטאָמאַטיש אַרױפֿרוקן אױפֿן נײַעסזײַטל, און די סענסאַציאָנעלע אַרטיקלען װעלן זיך אַראָפּרוקן.

שונד־אַרטיקלען פֿון „upworthy.com“

שונד־אַרטיקלען פֿון „upworthy.com“

די מעלדונג האָט בײַ מיר באַלד אויפֿגעװעקט דעם אינטערעס. װי אַזױ קען מען אױסלערנען אַ קאָמפּיוטער צו דערשנאַפּן צי אַן אַרטיקל איז אַן אמתדיקער, צי אַ פֿאַלשער? דער ענטפֿער איז, װי „פֿײסבוק“ האָט איבערגעגעבן, אין תּוך אַ לינגװיסטישער. לכתּחילה האָט מען געפּרוּװט דערקענען דעם זשורנאַליסטישן „שונד“ לױט נישט־לינגװיסטישע קריטעריעס: מע האָט געמאָסטן, אין סעקונדעס צי מיליסעקונדעס, װי לאַנג עס האָט געדױערט ביז דער פֿײסבוק־באַניצער, װאָס האָט אַ „קװעטש“ געגעבן אױף אַן אַרטיקל, האָט זיך אומגעקערט צוריק אױף „פֿײסבוק“; די אַרטיקלען, װאָס מע האָט פֿאַרבראַכט נאָר געצײלטע (מילי)סעקונדעס אײדער מ’איז צוריק, האָט מען אַראָפּגערוקט אױפֿן נײַעסזײַטל. אַזאַ מעטאָד קען אָבער נישט דיפֿערענצירן צװישן די שונד־אַרטיקלען און ערנצטע, װאָס זענען פּשוט װײניקער אינטערעסאַנט און נאָר דערפֿאַר דערלײענט מען זײ נישט ביזן סוף.


די מעלדונג גיט צו פֿאַרשטײן, אַז דער לעצטער נוסח פֿונעם אַלגאָריטעם נעמט טאַקע אַרײַן אינפֿאָרמאַציע װעגן די טיפּישע לינגװיסטישע סטרוקטורן פֿון די צוציִענדיקע קעפּלעך. למשל, ס’רובֿ קעפּלעך האַלטן צוריק װיכטיקע פּרטים, װאָס מע דאַרף עפֿענען דעם אַרטיקל, כּדי זײ צו טרעפֿן („איר װעט נישט גלײבן, װיפֿל דאָנאַלד טראָמפּ האָט פֿאַרדינט אין יאָר 2015“); אין די גוטע צײַטונגען איז דאָך דאָס קעפּל אַ קיצור פֿונעם אינהאַלט (למשל, „גרעסטע ישׂראל־דעלעגאַציע אין דער אָלימפּיאַדע־געשיכטע“). אַ סך פֿון די צוציִענדיקע קעפּלעך פֿאַרפֿירן דעם לײענער צו אַ פֿאַלשן אײַנדרוק װעגן דער כּװנה פֿונעם אַרטיקל (למשל, „עפּל זענען נישט געזונט!?“ אָבער דער אַרטיקל גיט צו פֿאַרשטײן אַז עפּל זענען יאָ געזונט, סײַדן מע עסט הונדערטער מיט אײן מאָל). די פּראָגראַמירערס פֿון „פֿײסבוק“ האָבן צוזאַמענגעשטעלט אַ „טרעניר־קאָרפּוס“ פֿון הונדערטער אַזעלכע קעפּלעך, און דער קאָמפּיוטער, מיט זײַן „קינסטלעכער אינטעליגענץ“, קען שאַפֿן פֿאַר זיך אַ מאָדעל, װאָס זאָל קענען באַטראַכטן אַ נײַ קעפּל און באַשטימען, צו װעלכער קאַטעגאָריע עס געהערט — אמתדיקער צי סענסאַציאָנעלער.

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/198877/wow-what-facebook-did-recently/?p=all#ixzz4IBty0sRJ

Deja tu Comentario

A fin de garantizar un intercambio de opiniones respetuoso e interesante, DiarioJudio.com se reserva el derecho a eliminar todos aquellos comentarios que puedan ser considerados difamatorios, vejatorios, insultantes, injuriantes o contrarios a las leyes a estas condiciones. Los comentarios no reflejan la opinión de DiarioJudio.com, sino la de los internautas, y son ellos los únicos responsables de las opiniones vertidas. No se admitirán comentarios con contenido racista, sexista, homófobo, discriminatorio por identidad de género o que insulten a las personas por su nacionalidad, sexo, religión, edad o cualquier tipo de discapacidad física o mental.


El tamaño máximo de subida de archivos: 300 MB. Puedes subir: imagen, audio, vídeo, documento, hoja de cálculo, interactivo, texto, archivo, código, otra. Los enlaces a YouTube, Facebook, Twitter y otros servicios insertados en el texto del comentario se incrustarán automáticamente. Suelta el archivo aquí

Artículos Relacionados: