Lo que realmente dijo Abbas en las Naciones Unidas

Por:
- - Visto 603 veces

וואָס קען מען אויספֿירן פֿון מאַכמוד אַבאַס׳ הײַיאָריקער רעדע בײַ דער „יו־ען‟? איין מעגלעכקייט איז סתּם אַזוי — נאָך אַ באַווײַז פֿון דער קאַליע־געוואָרענער דינאַמיק צווישן דער פּאַלעסטינער און ישׂראלדיקער פֿירערשאַפֿט.

מע קען עס אָבער אויך אויסטײַטשן אויף צוויי אַנדערע אופֿנים: 1) זײַן רעדע איז אַ פּרוּוו, ווי אין די פֿריִערדיקע יאָרן, צוצודריקן ישׂראל צו דער וואַנט און צווינגען זי צו פֿאַרהאַנדלען מיט די פּאַלעסטינער פֿאַרמיטלער פֿון אַן אָפּגעשוואַכטער פּאָזיציע, אָדער 2) אַבאַס וויל, דער עיקר, איבערצײַגן זײַנע פּאַלעסטינער צוהערער אויפֿן מערבֿ־ברעג, אַז ער איז אַ שטאַרקער, אַגרעסיווער פֿירער — בפֿרט אין אַ צײַט, ווען זײַן פּאָפּולאַריטעט איז ממשותדיק געפֿאַלן.

אַבאַס׳ יערלעכע „יו־ען‟־רעדעס זענען אייגנטלעך די זעלבע. ער פֿאַרדאַמט ישׂראל פֿאַר אַלע אירע „עבֿירות‟: אַ טייל באַרעכטיקטע, אַנדערע שטאַרק איבערגעטריבענע, און אַנדערע — פּראָסטע ליגנס. דערבײַ פֿלעכט ער אַרײַן „רירנדיקע‟ ווינטשעוואַניעס אויף אַ צוקונפֿטדיקן שלום צווישן ישׂראל און די פּאַלעסטינער. אַחוץ דעם, דריקט ער יעדעס יאָר אויס אַ באַזונדערע וואָרענונג, אַז ער וועט דורכפֿירן אַ נײַע איינזײַטיקע אַקציע אויפֿן אינטערנאַציאָנאַלן פֿראָנט מיטן ציל צו איזאָלירן ישׂראל. אין 2011 האָט ער געוואָרנט, אַז די פּאַלעסטינער אינסטאַנץ האָט זיך אָנגעבאָטן צו ווערן אַ מיטגליד־מלוכה אין דער „יו־ען‟; אין 2014 האָט ער גערופֿן די „יו־ען‟ צו שטעלן אַ טערמין פֿאַר אַ ישׂראלדיקן צוריקצי צו די גרענעצן פֿון פֿאַר 1967, און הײַיאָר האָט ער געסטראַשעט צו אַנולירן דעם אָסלאָ־אָפּמאַך פֿון 1993, וואָס דורך אים איז די פּאַלעסטינער אינסטאַנץ איז געגרינדעט געוואָרן.


אויב ער וועט טאַקע אַנולירן דעם אָסלאָ־אָפּמאַך, איז מעגלעך, אַז ער וועט אָפּשאַפֿן געוויסע אַספּעקטן פֿונעם אָפּמאַך, ווי די צוזאַמענאַרבעט מיט ישׂראל, וואָס שייך זיכערהייט און טעלע־קאָמוניקאַציע. אָדער ער קען שליסן געוויסע אָפּטיילן פֿון דער פּאַלעסטינער אַליין־רעגירונג ווי, למשל, דעם מיסט־אָפּפֿיר אָדער די פּאָסט; אָדער ער קען פּשוט שליסן די פּאַלעסטינער אינסטאַנץ אין גאַנצן, און איבערגעבן די ביליאָנען־דאָלאַרדיקע פֿאַרוואַלטונג פֿונעם טאָג־טעגלעכן לעבן פֿון 3 מיליאָן פּאַלעסטינער צוריק צום ישׂראלדיקן שוץ־מיניסטעריום, און דערנאָך איבערפֿירן די פּאַלעסטינער אינסטאַנץ אין אַן אַנדער לאַנד, באַצייכנענדיק זי ווי אַ גלות־רעגירונג. דאָס וואָלט געווען ממש אַ קאָשמאַר פֿאַר ישׂראל.

אַבאַס׳ ווײַט־גרייכיקער פּלאַן, אַ פּנים, איז צו שאַפֿן אַ מצבֿ, אין וועלכן ישׂראל וועט זיך פּלוצלינג אויפֿוועקן און דערזען, אַז איר מיליטער הערשט איצט נישט בלויז איבער אַ פּאָר שטחים, נאָר אָקופּירט טאַקע אַ שכנותדיקע מדינה. אַחוץ אַלע אַנדערע צרות, וואָס דאָס וועט שאַפֿן, וועט ישׂראל נישט וויסן פּונקט וווּ די גרענעץ געפֿינט זיך, אָדער ווי אַזוי צו פֿאַרהיטן די פּאַלעסטינער זעלבסטמערדער פֿון שוואַרצן די גרענעץ.

נישט געקוקט אויף אַבאַס׳ פֿעיִקייט בײַם איבערצײַגן די וועלט, אַז די פּאַלעסטינער זענען גערעכט אין דעם קאַמף, האָט בנימין נתניהו אָבער אויך באַוויזן אַ גאַנץ פֿעיִקע סטראַטעגיע. ער זאָגט כּסדר, אַז ער נעמט אָן דעם פּרינציפּ פֿון צוויי מדינות פֿאַר צוויי פֿעלקער, אָבער האָט קיין מאָל נישט געפּועלט בײַ זײַן אייגענער פּאַרטיי אָדער זײַנע קאָאַליציע־רעגירונגען צו באַשטעטיקן דעם דאָזיקן פּרינציפּ. פֿאַרקערט, די ישׂראלים האַלטן אין איין ברענגען צו דער מאַכט רעגירונגען, אין וועלכע די מינאָריטעט, וואָס איז געשטימט קעגן אַ פּאַלעסטינער מלוכה, ווערט אַ מאַיאָריטעט אין דער רעגירנדיקער קאָאַליציע.

ס׳איז אַ חידוש, וואָס אַבאַס האָט זיך נאָך נישט אויסגעלערנט, אַז באַליידיקונגען וועלן נישט איבערצײַגן דעם שׂונא, אַז ער וויל טאַקע פּרוּוון צו פֿאַרבעסערן די באַציִונגען. אַבאַסן גייט בכלל ווייניק אָן, וואָס די ישׂראלים טראַכטן; אים איז וויכטיקער אויפֿצוהאַלטן די פּאַלעסטינער טענה, אַז זייער פֿאָלק איז דער גרעסטער „קרבן‟ אין דער וועלט.

ער פֿאַרשטייט אָבער נישט, אַז די ישׂראלים האַלטן פּונקט פֿאַרקערט — אַז זיי קומט אַזאַ טיטל, נעמענדיק אין באַטראַכט די שרעקלעכע עוולות, וואָס מע האָט אָפּגעטאָן דעם ייִדישן פֿאָלק במשך פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט. דערצו האָבן די צענדליקער יאָרן פֿון זעלבסטמערדערישע אַטאַקן און מאַסן־שחיטות דורך די פּאַלעסטינער טעראָריסטן — די „פֿרײַהייט־קעמפֿער‟, וואָס אַבאַס וויל מע זאָל באַפֿרײַען פֿון די ישׂראלדיקע תּפֿיסות — דווקא פֿאַרשטאַרקט דאָס געפֿיל בײַ ישׂראל, אַז זי איז באַדראָט פֿון אַלע זײַטן. אויב אַבאַס מיינט טאַקע ערנסט צו דערגרייכן אַ פֿרידלעך צוזאַמענלעבן מיט ישׂראל, וואָלט ער געמעגט זיך עפּעס אויסלערנען וועגן די ישׂראלים גופֿא.

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/191395/what-abbas-was-really-saying-at-the-un/#ixzz3nj9eG3yZ

Deja tu Comentario

A fin de garantizar un intercambio de opiniones respetuoso e interesante, DiarioJudio.com se reserva el derecho a eliminar todos aquellos comentarios que puedan ser considerados difamatorios, vejatorios, insultantes, injuriantes o contrarios a las leyes a estas condiciones. Los comentarios no reflejan la opinión de DiarioJudio.com, sino la de los internautas, y son ellos los únicos responsables de las opiniones vertidas. No se admitirán comentarios con contenido racista, sexista, homófobo, discriminatorio por identidad de género o que insulten a las personas por su nacionalidad, sexo, religión, edad o cualquier tipo de discapacidad física o mental.


El tamaño máximo de subida de archivos: 300 MB. Puedes subir: imagen, audio, vídeo, documento, hoja de cálculo, interactivo, texto, archivo, código, otra. Los enlaces a YouTube, Facebook, Twitter y otros servicios insertados en el texto del comentario se incrustarán automáticamente. Suelta el archivo aquí

Artículos Relacionados: