Los 5 países más felices del mundo (en Yiddish)

Por:
- - Visto 740 veces

די פאפולערסטע מדינות אויף אט-דער רשימה זיינען דעמאקראטיעס, געשעפטס-פריינטלעך און בארימען זיך מיט שטארקע “שפרונג-נעצן” (סאציאלע פראגראמען).די גליקלעכסטע 5 מדינות: נארוועגיע, דענעמארק, פינלאנד, אויסטראליע און ניי-זעעלאנד.

גיט א טראכט! וואס מיינט פאר אייך “גליקלעכקייט”?


פאר דער מערהייט פאנגט זיך גלעקלעכקייט אן מיטן האבן גענוג געלט צו טאן און קויפן וואס מ’וויל: א פיין הויז, עסן, קליידער, אן אויטא וכדומה. גליקלעכקייט האט אבער צו טאן מיט א סך מער ווי געלט און שטאמט פון אנדערע זאכן אויסער געלט. זי קאן קומען פון: געזונט (א לעבן אן שום ווייטיק און פיין), דער פעאיקייט צו געבן אויף זיך אליין אכטונג. גליקלעכקייט קאן זיין, פראסט און פשוט, דאס געניסן פון פריינט און פאמיליע. גליקלעכקייט מיינט אויך רעדע- און רעליגיע-פרייהייט, די פרייהייט צו זאגן וואס איר טראכט אן קיין שרעק, אוןגעהערן צו יעדער רעליגיע.

גליקלעכקייט מיינט אויך האבן די געלעגנהייט צו באקומען א בילדונג, די פרייהייט צו פירן געשעפטן אן שום מלוכה-שטערונגען אדער האבן אן אייגן געשעפט. וואס מאכט מער צופרידן א מענש ווי האבן אן אויסגעצייכנטע אידייע און זי פארוואנדלען מיט דערפאלג אין א געשעפט, וויסנדיק, אז וואס שווערער מ’וועט ארבעטן, אלץ גרעסער וועט ווערן דער לוין.

מיט דעם באגריף האבן די פארשער אין “לעגאטום”, א פארשונגס-אינסטיטוט אין לאנדאן, אונטערגענומען א פראיעקט צו באשטימען, וועלכע מדינות זיינען די גליקלעכסטע אויף דער וועלט. זיי האבן אבער גענוצט די טערמינען דערפאלג און וואוילזיין, ווייל “גליקלעך” פארמאגט אן אומערנסטע באדייטונג.

“לעגאטום” האט פארענדיקט אין 2010 זיין “פראספעריטעטס-אינדקעס”, וואס אנאליזירט 110 לענדער און נעמט-אריין 90% פון דער וועלט-באפעלקערונג.

כדי צו שאפן דעם אינדעקס האט “לעגאטום” צונויפגעזאמלט העכער א טוץ אינטערנאצ יאנאלע אנקעטעס פון פארשידענע אויספרעג-ארגאניזאציעס ווי “גאלאפ”, די פונדאציע “העריטאזש” (יחוס) און “וועלט-עקאנאמיק-פארום”. יעדעס לאנד באקומט א צייכן אדער פונקט-צאל לגבי 89 קאטעגאריעס מיט 8 אונטער-קאטעגאריעס: עקאנאמיע, פרייהייט, גע שעפטס-פרייהייט, רעגירונג, בילדונג, געזונט, זיכערהייט און סאציאלע מלוכה-פראגאמען.

די טעזע: “פראספעריטעט” איז קאמפליצירט. ווי אזוי מ’דערגרייכט דאס הענגט-אפ פון פילערליי פאקטארן, וואס זיינען אפט ענג-פארבונדן איינער מיטן צווייטן און אויך מיט אנדערע פאקטארן.

די גליכלעכקייט פון א מענש אין דער קעגנווארט ווענדט זיך איבערהויפט ווי גליקלעך דער מענש איז געווען אין דער פארגאנגענהייט. אויב א פערזאן איז שוין רייך, אזוי ווי אין סקאנדי נאוויע, וואלט זיך איר גליקלעכקייט פארגרעסערט מיט א גרעסערער פרייהייט, געזונט און זיכערהייט. אין כינע און אינדיע קומט גליקלעכקייט צום מערסטן פון האבן גאנץ פיין פרנסה. גליקלעכקייט ווענדט זיך הויפטזעכלעך אין די ווערטן פון דער קולטור, דערקלערן די פארשער.1

Deja tu Comentario

A fin de garantizar un intercambio de opiniones respetuoso e interesante, DiarioJudio.com se reserva el derecho a eliminar todos aquellos comentarios que puedan ser considerados difamatorios, vejatorios, insultantes, injuriantes o contrarios a las leyes a estas condiciones. Los comentarios no reflejan la opinión de DiarioJudio.com, sino la de los internautas, y son ellos los únicos responsables de las opiniones vertidas. No se admitirán comentarios con contenido racista, sexista, homófobo, discriminatorio por identidad de género o que insulten a las personas por su nacionalidad, sexo, religión, edad o cualquier tipo de discapacidad física o mental.


El tamaño máximo de subida de archivos: 300 MB. Puedes subir: imagen, audio, vídeo, documento, hoja de cálculo, interactivo, texto, archivo, código, otra. Los enlaces a YouTube, Facebook, Twitter y otros servicios insertados en el texto del comentario se incrustarán automáticamente. Suelta el archivo aquí

Artículos Relacionados: