“Mayn Mame Tsindt Likht” poema en Yiddish de Chaim Leib Fox

Por:
- - Visto 768 veces

חיים־לײב פֿוקס (1897־1984)
איז געבױרן געװאָרן אין לאָדזש, פּױלן. ער האָט געשטרעבט צו װעלטלעכקײט אַפֿילו װי אַ ישיבֿה־בחור, און איז געװען אַקטיװ בײַם פֿאַרלײגן דער גרופּע ייִדישע שרײַבערס אין לאָדזש. ער איז געװאָרן אַ חבֿר אין בונד און דערנאָך אַריבער אין דער ציוניסטישער אַרבעטער־באַװעגונג. צו 17 יאָר האָט ער שוין אָנגעהױבן דרוקן אַרטיקלען און לידער אין זשורנאַלן און צײַטונגען און האָט דעבוטירט מיט לידער אין פֿאָלקסבלאַט; נאָך דעם האָט ער זיך אָפֿט געדרוקט אין פֿאַרשײדענע פּובליקאַציעס. ער האָט אַרױסגעגעבן זײַן ערשטן באַנד לידער דאָרשטיקע לעמער אין 1926. מלחמה־צײַט איז ער געלאָפֿן מיט זײַן טראָגעדיקער פֿרױ קיין ביאַליסטאָק װאָס איז דעמאָלט געװען אונטער די סאָװעטן און דערנאָך קײן קאַזאַכסטאַן. אין 1946 איז ער צוריקגעקומען קײן לאָדזש און איז דערנאָך אַריבער קײן פּאַריז. דאָרטן האָט ער אַרױסגעגעבן נאָך אַ באַנד לידער, שעה פֿון ליד.

אין 1953 האָט ער זיך באַזעצט אין ניו־יאָרק. במשך זײַן לעבן האָט ער אַרױסגעגעבן עטלעכע מאָנאָגראַפֿן און צען ביכער,צווישן זײ, 6 בענד פּאָעזיע. ער האָט באַטראַכט זײַן ליטעראַרישע ביאָגראַפֿיע פֿון די לאָדזשער שרײַבערס לאָדזש של מעלה װי אַ לױבגעזאַנג דער שטאָט װאָס האָט אים גײַסטיק געקאָרמעט און אױסגעפֿורעמט. hיים־לײב האָט אױסגעלעבט זײַנע לעצטע שאַפֿערישע יאָרן אין מאָנטרעאַל, קאַנאַדע, װוּ ער האָט אין 1980 אַרױסגעגעבן דעם לעקסיקאָן 100 יאָר ייִדישע און העברעיִשע ליטעראַטור אין קאַנאַדע. דער באַנד איז נאָך ביזן הײַנטיקן טאָג אַ װיכטיקער מקור פֿאַר אַ סך ליטעראַרישער פֿאָרשונג איבער דער טעמע. ער איז געשטאָרבן אין ניו־יאָרק.


אַ דאַנק דעם מחברס זון מנחם פֿוקס וואָס האָט אַרײַנגעשיקט דאָס ליד.

מײַן מאַמע צינדט ליכט

שטיל אין שטוב אין יעדן װינקל
פֿון די דילן ביז די װענט.
מיר, די קינדער מיט אַ ציטער
בליקן אױף דער מאַמעס הענט.

װײַסער זענען זײ געװאָרן
אין דער שבתדיקער שעה.
פֿון די ליכט, װאָס אָנגעצונדן,
לײַכטן זײ אין שבת־רו.

ס’האָט דער שבת דאָ גענידערט
פֿון די הימלען שטיל אַראָפּ.
און עס דוכט מיר: כ’זע װי שטראַלן
ציִען זיך פֿון מאַמעס קאָפּ

און זײ שפּרײטן זיך פֿונאַנדער.
פֿון דער מאַמעס הױב פֿון הענט
װערן ליכטיק אַלע װינקלען,
װערן העלער אַלע װענט.

צו דער מאַמעס שטילער תּפֿילה,
אונדזערע הערצער קלאַפּן הױך.
און עס דוכט מיר: כ”זע, װי עמעץ
גײט אַרױס פֿון בלױען רױך.

— ס’איז משיח! פֿון אים געחלומט
האָבן מיר אַ גאַנצע נאַכט.
אױסצולײזן פֿון די פּײַנען,
האָט דער שבת אים געבראַכט.

— ס’לײַכט זײַן פּנים, זײַנע אױגן
פֿלאַמען פֿײַער זענען זײ.
און זײ קוקן מילדע, גוטע,
פֿון דער מאַמעס ליכט די צװײ.

און זײ רעדן שטילע װערטער
װי מײַן מאַמע האָט גערעדט.
זע: מקוים איז געװאָרן
שױן דער מאַמעס שטיל געבעט.

אױסגעלײזטע פֿון די פּײַנען,
זינגען מיר דאָס שבת־ליד.
ס’האָט די מאַמע ליכט געצונדן,
זיך פֿאַר אונדזער פֿאָלק געמיט.
שעה פֿון ליד, פּאַריז,1951

Acerca de Central de Noticias Diario Judío

Noticias, Reportajes, Cobertura de Eventos por nuestro staff editorial, así como artículos recibidos por la redacción para ser republicados en este medio.

Deja tu Comentario

A fin de garantizar un intercambio de opiniones respetuoso e interesante, DiarioJudio.com se reserva el derecho a eliminar todos aquellos comentarios que puedan ser considerados difamatorios, vejatorios, insultantes, injuriantes o contrarios a las leyes a estas condiciones. Los comentarios no reflejan la opinión de DiarioJudio.com, sino la de los internautas, y son ellos los únicos responsables de las opiniones vertidas. No se admitirán comentarios con contenido racista, sexista, homófobo, discriminatorio por identidad de género o que insulten a las personas por su nacionalidad, sexo, religión, edad o cualquier tipo de discapacidad física o mental.


El tamaño máximo de subida de archivos: 300 MB. Puedes subir: imagen, audio, vídeo, documento, hoja de cálculo, interactivo, texto, archivo, código, otra. Los enlaces a YouTube, Facebook, Twitter y otros servicios insertados en el texto del comentario se incrustarán automáticamente. Suelta el archivo aquí

Artículos Relacionados: