Memorias del Holocausto: The Phantom Holocaust, de Olga Gershenson

Por:
- - Visto 528 veces

דער ענין פֿונעם חורבן אױף דער סאָװעטישער טעריטאָריע האָט לעצטנס צוגעצױגן אַ  גרויסן פֿאָרשערישן אינטערעס אין פֿאַרשידענע לענדער. די ״קאַנאָנישע״ געשיכטע  פֿונעם חורבן דערצײלט, קודם־כּל, װעגן אױשװיץ און װאַרשעװער געטאָ, און זאָגט  װײניקער װעגן די געשעענישן אױף די סאָװעטישע שטחים, װוּ די דײַטשישע אַרמײ איז  אַרײַנגעדרונגען אין 1941. דערצו זײַנען דאָ צװײ הױפּט־סיבות. ערשטנס, זײַנען רובֿ  ייִדן דערהרגעט געװאָרן בעת דער אָקופּאַציע, און פֿאַר זײער אַװעקגײן האָבן די  דײַטשן געפּרוּװט אױסמעקן אַלע שפּורן פֿון זײער מערדערישער טעטיקײט.

די צװײטע סיבה האָט צו טאָן מיט דער סאָװעטישער פּאָליטיק און פּראָפּאַגאַנדע,  װאָס האָט ניט געװאָלט באַטאָנען דעם ייִדישן אַספּעקט פֿון דער מלחמה. לױטן  אָפֿיציעלן סאָװעטישן נוסח פֿון דער געשיכטע, זײַנען די סאָװעטישע ייִדן געװען אַ  טײל פֿונעם גרױסן סאָװעטישן פֿאָלק, און האָבן געליטן און געקעמפֿט גלײַך מיט אַלע  אַנדערע סאָװעטישע נאַציעס, אָבער מיט די רוסן בראָש. די דאָזיקע אידעאָלאָגישע  סכעמע האָט באַשטימט דעם אופֿן פֿון שילדערן די געשעענישן פֿון דער מלחמה־צײַט אין  ליטעראַטור און קונסט, װוּ די ייִדישע יסורים האָבן תּמיד געדאַרפֿט פֿאָרגעשטעלט  װערן אין אײנעם מיט די יסורים פֿון אַנדערע פֿעלקער.

אַװדאי זײַנען געװען אױסנאַמען. בײַ אײניקע ייִדישע און ניט־ייִדישע  שרײַבער און מאָלער איז דער חורבן געוואָרן די חױפּט־טעמע פֿון זײערע װערק. ניט  זעלטן זײַנען זײ פֿאַר דעם קריטיקירט געװאָרן מצד די אידעאָלאָגישע שומרים, אָבער  דאָס רובֿ פֿון זײערע װערק האָבן זיך אָפּגעהיט אין פּריװאַטע זאַמלונגען,  כּתבֿ־ידן אָדער אױסלענדישע פּובליקאַציעס. אַנדערש איז געװען מיט די פֿילמען. כּדי  אָנהײבן צו מאַכן אַ נײַעם פֿילם, האָט מען געדאַרפֿט באַקומען אַ היפּשע צאָל  אָפֿיציעלע גוטהײסונגען, קריגן געלט, און דערנאָך אײַנלאַדן אַקטיאָרן,  אָפּעראַטאָרן, טעכניקער, וכדומה. און אַפֿילו דעמאָלט, האָט מען געקאָנט ניט  אַרױסלאָזן דעם גרײטן פֿילם אױף די עקראַנען, און ניט זעלטן הייסן אים צו  פֿאַרניכטן אַלע קאָפּיעס.


די אַמעריקאַנער פֿאָרשערין פֿון רוסיש־ייִדישן אָפּשטאַם אָלגאַ גערשענזאָן  דערצײלט די פֿאַרכאַפּנדיקע און דראַמאַטישע געשיכטע פֿון סאָװעטישע פֿילמען װעגן  דעם חורבן; אָבער דאָס רובֿ פֿון די דאָזיקע פֿילמען זײַנען ניטאָ; מען האָט זײ  ״דערהרגעט״ אױף פֿאַרשידענע עטאַפּן פֿון דער פּראָדוקציע. גערשענזאָן האָט  דורכגעאַקערט פֿאַרשידענע געװעזענע סאָװעטישע אַרכיװן, גערעדט מיט די לעבעדיקע  רעזשיסאָרן און שרײַבער, װאָס האָבן אַ מאָל געפּרוּװט צו מאַכן די דאָזיקע  פֿילמען, און אָנגעשריבן אַ װאָגיקע שטודיע, װאָס װעט ענדערן אונדזער בילד פֿון דער  סאָװעטישער און ייִדישער קולטור־געשיכטע.

דאָס בוך ״דער פֿאַנטאָם פֿונעם האָלאָקאָסט: סאָװעטישע קינאָ און דער ייִדישער  חורבן״ ברענגט צונױף אַ געשפּאַנטן סיפּור־המעשׂה מיט אָריגינעלע טעאָרעטישע  השׂגות. די מחברין דערװײַזט, אַז די אָפֿיציעלע סאָװעטישע אױסטײַטשונג פֿונעם  ייִדישן חורבן האָט זיך געהאַלטן אױף צװײ יסודות. ערשטנס, איז דאָס פֿאָרגעשטעלט  געװאָרן װי אַן אוניװערסאַלע דערשײַנונג. דהײנו, די נאַציסטן זײַנען געװען אױסן  אומצוברענגען דעם גאַנצן סאָװעטישן פֿאָלק מיט די ייִדן בתוכם. און צװײטנס, אױב מען  װיל טאַקע ספּעציעל װײַזן די ייִדן װי די קרבונות פֿון די נאַציסטן, דאַרף מען  איבערטראָגן די האַנדלונג קײן אײראָפּע, מחוץ די סאָװעטישע גרענעצן.

אַזױ אַרום האָבן אַלע װיזועלע רעפּרעזענטאַציעס פֿונעם חורבן אין די סאָװעטישע  פֿילמען געדאַרפֿט זיך צופּאַסן צו אָט די צװײ פּרינציפּן. אָבער אַפֿילו דאָס  דאָזיקע אידעאָלאָגישע סדום־בעטל האָט איבערגעלאָזט אַ געװיסע שעפֿערישע פֿרײַהײט.  די סאָװעטישע קינעמאַטאָגראַפֿיע האָט אױסגעאַרבעט אַן אײגנאַרטיק לשון פֿון רמזים,  מעטאַפֿאָרן און אימאַזשן, װאָס האָט איר דערמעגלעכט צו װײַזן דעם ״חורבן אָן  ייִדן״, װי גערשענזאָן האָט עס טרעפֿלעך פֿאָרמולירט. דער סאַמע ערשטער פֿילם, װאָס  באַרירט די חורבן־טעמע, איז געװען ״די אומבאַהערשטע״ (1945) לױט דעם ראָמאַן פֿון  באָריס גאָרבאַטאָװ. דאָ האָט מען צום ערשטן מאָל געװיזן די טראַגעדיע פֿון באַבי  יאַר, װוּ די נאַציסטן האָבן אומגעבראַכט איבער דרײַסיק טויזנט קיִעװער ייִדן אום  יום־כּיפּור פֿון 1941. די דאָזיקע סצענע האָט מען פֿילמירט ממש אין באַבי יאַר  גופֿא, און עד־היום נוצט מען צומאָל דעם דאָזיקן פֿראַגמענט װי אַן עכטן  ״דאָקומענט״.

גאָרבאַטאָװס ראָמאַן האָט באַקומען די סטאַלין־פּרעמיע, אָבער דעם פֿילם האָט  מען אויפֿגעהערט צו ווײַזן, בעת עס האָבן זיך אָנגעהױבן די גזירות פֿון 1947־1953.  װען מען האָט דעם דאָזיקן פֿילם װידער געװיזן אין 1960, זײַנען אײניקע ייִדישע  סצענעס שױן אױסגעשניטן געװאָרן. אָבער צו יענער צײַט האָט זיך שױן אָנגעהױבן אַ  נײַע תּקופֿה אין דער סאָװעטישער קולטור. דער יונגער דור קינסטלער, באַגײַסטערט  דורך דעם קורצן ליבעראַלן פּעריאָד, האָט געזוכט נײַע מיטלען פֿאָרצושטעלן די  היסטאָרישע געשעענישן אין בוך און אױפֿן עקראַן. די ייִדישע טעמע האָט ספּעציעל  אױפֿגעװעקט זײער אינטערעס.

עס איז מערקװירדיק, אַז די סאַמע אָריגינעלע פֿילמען האָט מען געמאַכט אין די  סאָװעטישע רעפּובליקן, אַזעלכע װי ליטע, װײַסרוסלאַנד און אַפֿילו אוזבעקיסטאַן.  צום באַדױערן, ניט אַלע פּראָיעקטן זײַנען מקוים געװאָרן. אין װילנע, למשל, האָט  מען בדעה געהאַט צו פֿילמירן די פּסיכאָלאָגישע דראַמעס לױט די סצענאַרן פֿון צװײ  ייִדישע שרײַבער, גריגאָרי קאַנאָװיטש און יצחק מעראַס, אָבער בײדע פּראָיעקטן  זײַנען לסוף פֿאַרװערט געװאָרן דורך דער סאָװעטישער צענזור. און אַפֿילו יענע  פֿילמען, װאָס זײַנען יאָ אַרױס, װי ״דער מיזרח־קאָרידאָר״ (סטודיע  ״בעלאַרוס־פֿילם״) אָדער ״די זין פֿון פֿאָטערלאַנד״ (סטודיע ״אוזבעק־פֿילם״)  זײַנען געװען ניט צוטריטלעך דעם ברײטן עולם..

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/172628/the-holocaust-in-soviet-cinema/#ixzz2e9UfDNzh

Acerca de Central de Noticias Diario Judío

Noticias, Reportajes, Cobertura de Eventos por nuestro staff editorial, así como artículos recibidos por la redacción para ser republicados en este medio.

Deja tu Comentario

A fin de garantizar un intercambio de opiniones respetuoso e interesante, DiarioJudio.com se reserva el derecho a eliminar todos aquellos comentarios que puedan ser considerados difamatorios, vejatorios, insultantes, injuriantes o contrarios a las leyes a estas condiciones. Los comentarios no reflejan la opinión de DiarioJudio.com, sino la de los internautas, y son ellos los únicos responsables de las opiniones vertidas. No se admitirán comentarios con contenido racista, sexista, homófobo, discriminatorio por identidad de género o que insulten a las personas por su nacionalidad, sexo, religión, edad o cualquier tipo de discapacidad física o mental.


El tamaño máximo de subida de archivos: 300 MB. Puedes subir: imagen, audio, vídeo, documento, hoja de cálculo, interactivo, texto, archivo, código, otra. Los enlaces a YouTube, Facebook, Twitter y otros servicios insertados en el texto del comentario se incrustarán automáticamente. Suelta el archivo aquí

Artículos Relacionados: