נאָך די באַרבאַרישע טעראָריסטישע אַטאַקן אין פּאַריז איז אין גאַנצן נאַטירלעך, אַז מענטשן אין אַמעריקע ווילן, אַז די אַמעריקאַנער רעגירונג זאָל טאָן אַלץ נייטיק, אויסצומײַדן אַן ענלעך פֿאַל דאָ. ס׳איז אויך, פֿאַרשטייט זיך, נאַטירלעך, אַז מיר אַמעריקאַנער, וואָס געדענקען אַזוי גוט די טראַוומע פֿונעם 11טן סעפּטעמבער 2001, זאָלן זײַן בפֿירוש פֿאַרהיט פֿון אַזאַ טראַגעדיע ווי אין פּאַריז. אַ סך אַמעריקאַנער זענען דערשראָקן און אַפֿילו ווידער־טראַוומאַטיזירט. דערצו זענען מיר אַלע מלא־כּעס אויף דעם, וואָס ס׳איז געשען.
צום באַדויערן, איז נאָך אַזעלכע געשעענישן אויך אין גאַנצן נאַטירלעך צו געפֿינען אַ מין כּפּרה־הינדל. אַזוי קומט איצט פֿאָר מיט די פּליטים, וואָס אַנטלויפֿן מאַסנווײַז פֿון סיריע און ווילן זיך באַזעצן ערגעץ־וווּ, ווײַט אַוועק פֿון זייערע חרובֿ־געוואָרענע היימען, די „אײַסיס‟־טעראָריסטן און באַשאַר אַל־אַסאַדס אַרמיי, וואָס דראָטן זייערע לעבנס.
זינט דעם אָנהייב פֿון די בלוטיקע שלאַכטן אין סיריע אין 2011 האָבן מער ווי 4 מיליאָן סיריער פֿאַרלאָזט זייער היימלאַנד. העכער צוויי מיליאָן סיריער געפֿינען זיך איצט אין טערקײַ, און מער ווי צוויי מיליאָן וווינען אין לבֿנון און יאָרדאַניע. ריזיקע מחנות פּליטים שטראָמען מאַסנווײַז אַרײַן אין אייראָפּע; האָבן די אייראָפּעיִשע לענדער, בראָש מיט דײַטשלאַנד, באַשלאָסן אַרײַנצונעמען הונדערטער טויזנטער פֿון זיי. ווי אַ מין אויסדרוק פֿון מיטגעפֿיל און סאָלידעריטעט האָט פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ באַשלאָסן אַרײַנצונעמען 10,000 סירישע פּליטים, אַ שיינער זשעסט, וואָס איז באמת נאָר אַ שפּײַ אין ים, אין פֿאַרגלײַך מיט די מיליאָנען מענטשן, וואָס וואָלטן געוואָלט אַהערקומען.
די דאָזיקע 10,000 נפֿשות, ניט געקוקט אויף זייער קליינער צאָל, זענען נאָך די אַטענטאַטן אין פּאַריז אַרײַנגעפֿאַלן אין אַ הייסן פּאָליטישן וויכּוח אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. די גובערנאַטאָרן פֿון 31 אַמעריקאַנער שטאַטן האָבן געמאָלדן, אַז זיי וועלן ניט דערלאָזן, אַז די סירישע פּליטים זאָלן זיך באַזעצן אין זייערע שטאַטן, ניט געקוקט אויף דעם, וואָס זיי האָבן, לויט דעם אַמעריקאַנער געזעץ, ניט קיין רעכט דאָס צו טאָן. דער גובערנאַטאָר פֿון טענעסי, וויליאַם האַסלאַם, האָט אַפֿילו דערקלערט, אַז ער וויל גלײַך פֿאַרהאַלטן און אַוועקשיקן אַלע סירישע פּליטים, וואָס געפֿינען זיך שוין אין זײַן שטאַט.
פֿון דעם אַלעם וואָלט מען גרינג געקענט מיינען, אַז די סירישע פּליטים האָבן געהאַט עפּעס צו טאָן מיט די אַכזריות־אַקטן אין פֿראַנקרײַך. ווי עס טרעפֿט זיך, אָבער, זענען די אַלע טעראָריסטן, וואָס מע האָט שוין אידענטיפֿיצירט, געבוירן געוואָרן אין אייראָפּע. ס׳איז אמת, אַז מע האָט לכתּחילה געמיינט, אַז איינער פֿון די טעראָריסטן איז געווען אַ סיריער, אָבער אין דער אמתן איז זײַן פּאַספּאָרט געווען אַ פֿאַלשער, און ער איז אויך געווען אַן אייראָפּעער. אַ סך זיכערהייט־עקספּערטן מיינען אַפֿילו, אַז ער האָט בכּיוון געטראָגן מיט זיך אַזאַ פֿאַלשן פּאַספּאָרט, כּדי מענטשן זאָלן באַשולדיקן די סירישע פּליטים פֿאַר זײַנע מערדערישע אַקטן.
פֿאַר וואָס וויל „אײַסיס‟, אַז די וועלט זאָל באַשולדיקן די סירישע פּליטים? קודם, באַטראַכטן די „אײַסיס‟־לײַט די פּליטים, וואָס פֿאַרלאָזן סיריע ווי פֿאַררעטער, וואָס ווילן ניט לעבן אין זייער „איסלאַמישן כאַליפֿאַט‟ און זיי ווילן דערפֿאַר פֿאַרביטערן זייער גורל. דערצו ווייסט „אײַסיס‟, אַז אויב די מערבֿדיקע לענדער באַשולדיקן די סירישע פּליטים און דערלאָזן ניט, אַז זיי זאָלן זיך באַזעצן אויף זייער טעריטאָריע, וועט עס באַשטעטיקן די טענות פֿון „אײַסיס‟, אַז מיר, די „מערבֿדיקע‟, האָבן ניט קיין רחמנות, און האָבן פֿײַנט מוסולמענער. אַזאַ טריט וואָלט, בקיצור, געווען אַ נצחון פֿאַר „אײַסיס‟, וואָס שייך זײַן פּראָפּאַגאַנדע.
ס׳איז אמת, אַז די מאַסיווע גרופּעס מענטשן, וואָס קומען אַרײַן אין אייראָפּע שטעלן מיט זיך פֿאָר אַ געוויסע זיכערהייטלעכע ריזיקע פֿאַר די אייראָפּעער. עס קען גאָר געמאָלט זײַן, אַז אין דער צוקונפֿט וועט אַ טעראָריסט זיך פֿאַרשטעלן פֿאַר אַ פּליט און אַרײַנקומען אין אייראָפּע דורך גריכנלאַנד. פֿאַר אונדז אַמעריקאַנער, אָבער, דאַרף דאָס כּמעט אין גאַנצן ניט זײַן קיין זאָרג, ווײַל אַלע סירישע פּליטים, וואָס קומען אַהער, ווערן קאָנטראָלירט, קודם, דורך דער „יו־ען‟, דערנאָך דורך דער FBI און דערנאָך דורך נאָך זיכערהייט־אַגענטורן. די מענטשן, וואָס ווערן געבראַכט ווי אָפֿיציעלע פּליטים, זענען נאָר די, וואָס מע איז אין גאַנצן זיכער אין זייער פֿאַרגאַנגענהייט. די אַמעריקאַנער רעגירונג קאָנטראָלירט אַ סך ווייניקער אויף די מענטשן, וואָס קומען קיין אַמעריקע ווי, למשל, סטודענטן אָדער אַפֿילו די מענטשן מיט געוויינטלעכע „גרינע קאַרטלעך‟, איידער די, וואָס ווערן אַרײַנגעלאָזט ווי אָנערקענטע פּליטים. כּדי אַ פּליט זאָל אימיגרירן קיין אַמעריקע, דאַרף ער אַדורכמאַכן מער זיכערהייט־קאָנטראָלן, ווי אַלע אַנדערע מינים אימיגראַנטן.
Artículos Relacionados: