No hay nada nuevo bajo la tierra

Por:
- - Visto 319 veces

נישטאָ קײן נײַעס אונטער דער ערד : אַזוי זאָגן הײַנט די ציניקערס, װאָס האָבן נאָכגעפֿאָלגט דעם גאַנג פֿון דער צה”ל – אָפּעראַציע פון יולי – אויגוסט 2014 אונטער דעם נאָמען “פֿעלזנפֿעסט”. און עס איז נישטאָ, מיין איך, קײן מער טרעפֿלעכע פּאַראַפֿראַזע פאַר אָט דער אָקערשט מסתמא שוין פֿאַרענדיקטער 50 – טאָגיקער מלחמה, קעגן “כאַמאַסטאַן”, װי יענער דרײַטויזנטיאָריקער זיפֿץ פֿון קוהלת, אַז עס איז נישטאָ קײן נײַעס אונטער דער זון

אייגנטלעך זײַנען בײדע זאָגונגען אמת און ריכטיק: אַלץ איז דאָך שוין געזאָגט געװאָרן, אַלץ איז שוין געטאָן געװאָרן, אַלץ חזרט זיך איבער אין דער געשיכטע און עס בלייבט צוריק בײַם אַלטן.. עס ענדערט זיך נאָר די סטאַטיסטיק, די צאָל קרבנות פֿון די אויסזיכטלאָזע איבערחזרונגען. דער קורצער קאָלעקטיװער זיכּרון מאַכט פֿאַרגעסן װאָס עס איז געשען און װאָס עס איז געזאָגט געװאָרן נעכטן – אײַערנעכטן, – און דאָס דערמעגלעכט די קאַפּיטאַנען פֿון דער מדינה – שיף איבערצוחזרן יעדעס מאָל די זעלבע הבטחות און די זעלבע פֿעלערן. דאָס דערמעגלעכט אויך דעם עולם – גולם, דער סטאַדע, איבערצוחזרן די זעלבע מיליטאַנטישע עקסטאַזעס און התלהבותן און צום סוף די זעלבע אַנטוישונגען…

די דראַמאַטישע געשעענישן אין לאַנד און אויף דער וועלט שטויסן אַרויס פֿונעם קאָלעקטי װ ן באַ װ וּסטזײַן די “דערווייל נאָך לעצטע” מלחמה אין עזה‾שטרײַף, די אזויגערופֿענע “אָ פּ עראַציע פֿעלזנפֿעסט”, װ אָס האָט געדויערט 50 טעג און האָט זיך פֿאַרענדיקט מיט דער גרעסטער צאָל קרבּנות אין פֿאַרגלײַך מיט אַלע מיליטערישע אָפּעראַציעס זינט דער יום כיפּור‾מלחמה און דער ערשטער מלחמה אין לבֿנון.


אין פיבער פון די נאָרװאָס אָנגעזאָגטע צוגעאײַלטע װאַלן צו דער כּנסת איז שוין פֿאַרגעסן געװאָרן, אַז מיט צװײ חדשים צוריק האָבן זיך געדאַרפֿט, לויטן הסכם פון דעם לעצטן פֿײַער‾איבעררײַס אין עזה, אָנהײבן די פֿאַרמיטלונגס‾פֿאַרהאַנדלונגען מיטן כאמאס אונטער דער עגיפּטישער השגחה אין קאיר.

און -ווער האָט עס אָבער געקאָנט געדענקען בערך מיט אַ יאָר צוריק, פֿאַרן אויסברוך פון דער 50-טאָגיקער מלחמה, אַז ערשט נישט לאַנג, סך הכל ווייניקער ווי מיט צװײ יאָר פֿריִער, אין נאָװעמבער 2012, האָט צה”ל אַדורכגעפֿירט אין עזה די “אָפּעראַציע װאָלקנזײַל”, װאָס איז אין משך פֿון אירע קורצע 8 טעג געוואָרן אַ װאָלקנברוך – אָבער יענעם מאָל אָן אַן אינװאַזיע, אָן אַן אַרײַנמאַרש פֿון צה”לס יבשה-כּוחות אויפֿן געדיכט באַפֿעלקערטן שטח פֿון דעם עזה-שטרײַף – אָבער מיט נצחון-שאַלן און זעלבסטלויבערײַען פֿון בײַדע זײַטן פֿונעם בלוטיקן פֿאַרמעסט?

ווי עס ווייזט זיך אַרויס, איז דער מעכאניזם פון קאָלעקטי װ ן זיכרון, ד”ה דער מעכאַניזם פון פֿאַרגעסן, אַ סך מער דיסציפּלינירט און אונטערגעוואָרפן די אינטערעסן פון דעם קריגס װ יליקן לאַגער, אײדער דעם נאַציאָנאַלן אינטערעס פון דעם שלום- װ יליקן פֿאָלק. װ ײַל – ווער געדענקט עס נאָך, אַז אין יענער קורצער אָפּעראַציע האָט צה”ל, אַטאַקירט פון דער לופֿט, פֿון ים און פֿון דער יבשה פון איבער דער גרענעץ 1500 אָביעקטן, דערונטער 19 הויכראַנגיקע פּאָזיציעס פון כאַמאַס, פֿאַרניכטעט הונדערטער פֿאַרשטעקטע נעסטן פֿון ראַקעטן – שלײַדערערס, 140 שמוגל – טונעלן און 66 קריגס – טונעלן, 26 געװער – װאַרשטאַטן., בעת צה”ל האָט אין יענער מלחמה פֿאַרלוירן סך-הכל 6 סאָלדאַטן-קעגנאיבער 30 דערהרגעטע טעראָר – קאָמאַנדירן און אַ פּאָר הונדערט טעראָריסטן, װאָס דער כאַמאַס און דער מוסולמענישער דזשיהאַד האָבן נישט אָנגעגעבן זייערע ציפֿערן.

און פֿאַר דער מדינה מיט איר וועלט-באַרימטן אינפֿאָרמאַציע-דינסט, און פאַר אירע קאַפּיטאַנען, זײַנען די אויפֿסנײַ אַנטפּלעקטע טונעלן און דער קאַמפֿס-פּאָטענציאַל פֿון כאַמאַס נאָך אַנדערטהאַלבן יאָר געװאָרן אַן איבערראַשנדיקער סורפּריז!

אַנטקעגן אָט די ציפֿערן פֿון יענער קורצער אָפּעראַציע, װעלכע איז געפֿאָרשט און שטרענג קריטיקירט געװאָרן, האָט דער בלוטיקער שניט פון דער איצטיקער, דערווײַל נאָך “לעצטער”, “פֿעלזנפֿעסטער” אָפּעראַציע” דערגרייכט אַן אומפֿאַרגלײַכלעך מאַקאַברישן פֿאַרנעם. װאָס שייך ישׂראל, האָט די צאָל קרבּנות פֿון די כאַמאַסישע ראַקעטן און אין די שלאַכטן באַטראָפן 72 הרוגים, פון זיי 65 סאָלדאַטן און 7 ציווילע ישראלים, – דהיינו עלף מאָל מער װי אין דער פֿריִערדיקער אָפּעראַציע, -איז אָבער די דאָזיקע טראַגישע ציפֿער, װאָס איז אַן-און-פֿאַר זיך אַ נאַציאָנאַלע טראַגעדיע, נאָך אַלץ בטל בשישים אין פאַרגלײַך מיט די 2100 – פּאַלעסטינער הרוגים, פֿון זײ, (לויט די אָנגאַבן פונעם פֿאַרבאַנד פֿאַר מענטשן – רעכט), מער ווי טויזנט באַװאָפֿנטע טעראָריסטן פון כאַמאַס. 296 פֿרויען און518 קינדער, דערונטער אַ קינד פֿון פיר יאָר און אַ האַלב יאָר – לויטן אַלטן כּלל פֿון דער טראַגישער ייִדישער דערפֿאַרונג: אויב דו הרגעסט מײַנע קינדער, װעל איך דערהרגענען דײַנע…

אויך אין איר צעשמעטערונגס ‾ “עפֿעקט” האָט די אָקערשט – “פֿעלזנפֿעסטע” אָפּעראַציע פֿילפֿאַכיק איבערגעשטיגן אַלע פֿריִערדיקע, בראָש מיט יענעם שוין אין גאַנצן פֿאַרגעסענעם “װאָלקנזײַל” פון נאָװעמבער 2012: לויט די אָפֿיציעלע דאַטן פֿון דער יו-ען האָט די איצטיקע, פֿעלזנפֿעסטע” אָפּעראַציע איבערגעלאָזט אין די חורבֿע שטעט פֿונעם עזה-שטרײַף 15.670 צעשמעטערטע הײַזער, 2276 טיילווײַז באַשעדיקטע, מיט איבער 300 טויזנט פֿאַרהיימלאָזטע פּליטים אין דעם פֿאַרשלאָסענעם פּליטים – לאַנד, אין װעלכן, און פֿון װעלכן, זײ האָבן נישט געהאַט אין ערגעץ װוּאַהין צו אַנטלויפֿן.

דער פֿאַרעפֿנטלעכטער סך-הכּל איז נאָך נישט דער לעצטער, אָבער די גרויל – בילדער פֿון הריגה און צעשטערונג פֿון אַן אָקופּירט לאַנד דורך אַ מאָטאָריזירטער, שטאַרקער אַרמיי זײַנען געװען גענוג כּדי צו דערשיטערן די װעלט און אויפצוּװעקן די גיפֿטיקע מיקראָבן פֿון דעם רעליגיעזן, פּאָליטישן און ראַסיסטישן אַנטיסעמיטיזם, און צו דערוועקן סימפּאַטיע צו די טעראָריסטן פֿון כאַמאַס און צו דעם מוסולמענישן דזשיהאַד, און דער “לעצטער געשריי פון דער מאָדע” – דאָס ברוטאַלסטע אולטרא‾פֿאַנאַטישע איסלאַמישע מלכות פון די קעפּ‾האַקערישע מאַסן‾מערדערס, װאָס װילן איצט באַהערשן די װעלט פֿון די “כופֿרים”, אָנהייבנדיק פון סיריע און איראק און שפרייטן זיך אויס װי אַן עפּידעמישע מגיפֿה אין נאָענטן מזרח, און אין מיטל‾אַזיע און באדראָען די ציוויליזירטע וועלט

דער פּאָליטישער סך-הכל – דערווײַל נאָך אַלץ נישט דער לעצטער-

Acerca de Central de Noticias Diario Judío

Noticias, Reportajes, Cobertura de Eventos por nuestro staff editorial, así como artículos recibidos por la redacción para ser republicados en este medio.

Deja tu Comentario

A fin de garantizar un intercambio de opiniones respetuoso e interesante, DiarioJudio.com se reserva el derecho a eliminar todos aquellos comentarios que puedan ser considerados difamatorios, vejatorios, insultantes, injuriantes o contrarios a las leyes a estas condiciones. Los comentarios no reflejan la opinión de DiarioJudio.com, sino la de los internautas, y son ellos los únicos responsables de las opiniones vertidas. No se admitirán comentarios con contenido racista, sexista, homófobo, discriminatorio por identidad de género o que insulten a las personas por su nacionalidad, sexo, religión, edad o cualquier tipo de discapacidad física o mental.


El tamaño máximo de subida de archivos: 300 MB. Puedes subir: imagen, audio, vídeo, documento, hoja de cálculo, interactivo, texto, archivo, código, otra. Los enlaces a YouTube, Facebook, Twitter y otros servicios insertados en el texto del comentario se incrustarán automáticamente. Suelta el archivo aquí

Artículos Relacionados: