Nuestros propios “Talibanes”

Por:
- - Visto 919 veces

איך האָב זיי אין מײַן אייגענער האָפֿמאַן משפּחה, די ייִדישע טאַליבאַנעס. איך  קען מײַן פּלימעניק, זינט ער איז אַלט געווען פֿינף, אַ שטיפֿער, אַ מזיק, אַ  מאַטאַץ, אַ טײַער קינד געווען. גאָרנישט אַזוי פֿרים־קרים ווי הײַנט. ער  פֿאַרמאָגט אַ טײַערע פֿרוי מיט צען קינדערלעך כּן־ירבו. אַלע קינדער פֿרומאַקעס,  זיי אָנערקענען נישט דעם טאַטנס משפּחה, ווײַל מען איז נישט דערגאַנגען צו זייערע  סטאַנדאַרטן פֿון פֿרומקייט. אין וועלכן ספֿר פּראַלניק שטייט געשריבן, אַז די  פֿרומע זײַנען פּטור פֿון זײַן מענטשן?

אַז זייער פֿעטער מענדל האָפֿמאַן האָט געהאַלטן בײַם שטאַרבן, האָט מען אַפֿילו  נישט אָנגעקלונגען; נאָך אַלעמען, איז דאָך דער טעלעפֿאָן נישט קיין טמא. שוין 12  יום־כּיפּורס זײַנען אַריבער זינט מײַן מענדל איז ניפֿטר געוואָרן. ער איז געווען  באַהילפֿיק אינעם ברענגען זיי קיין ניו־יאָרק, האָט זיי אַלע געשטעלט אויף די פֿיס  און זיי באַזאָרגט מיט אַרבעט אין זײַן בראַנזשע — קאָמפּיוטערס. גייט מען צו  כּל־נידרי, מ’בעט גאָט ער זאָל זיי מוחל זײַן פֿאַר זייערע חטאים, מ’שלאָגט זיך  על־חטא; זיי האָבן אָבער פֿאַרגעסן, אַז אונדזער ייִדישע טראַדיציע פֿאָדערט, קודם  און צום אַלעם ערשטן, בעטן מחילה בײַם מענטש, בײַ וועלכן מען האָט זיך  פֿאַרזינדיקט, ווײַל גאָט האָט ליב אַ מענטש און נישט קיין טאַליבאַנעס.

לעצטנס, קריג איך בליצפּאָסטלעך פֿון קרית־יואל און די וויליאַמסבורגער  סאַטמאַרער חבֿרה, ממש באַשרײַבונגען פֿון טאַליבאַנישע בליצפּאָסטלעך וועגן מוזיק,  וואָס מען טאָר נישט שפּילן, וועגן אייגענע ייִדן, וואָס וואַרפֿן זיך נישט אונטער  דער הלכה, קומט זיי דערפֿאַר חרם…


און נאָך אַ זאַך, פֿאַרפֿירן און שענדן אַ ייִדיש מיידל, אָדער שענדן אַ ייִדיש  ייִנגעלע, פֿאַר דעם קומט זיי ממש אַ קוש אין בעקל. איז אַנשטאָט אַרײַנזעצן אַזאַ  פּאַסקודניאַק אין דער חד־גדיה, האָבן זיי אַן אויסוועג דערויף אויך; זיי ראַטן  אַזאַ איינעם צו פֿאַרלאָזן דאָס לאַנד אויף אַ יאָר צײַט און פֿאָרן קיין  ארץ־ישׂראל, לויט זיי אַ „טריפֿהנע מדינה‟, מעג מען, הייסט עס, אויסבאַהאַלטן זיך  דאָרט פֿון אַרעסט און קומען צוריק קיין אַמעריקע גאָט די נשמה שולדיק. איר מעגט  מיר גלייבן בנאמנות, אַז איך זויג עס נישט אויס פֿון פֿינגער, און האָב געשוווירן  נישט אויסצוזאָגן פֿון חדר.

איך האָב די טעג געשטעלט אַ פֿראַגע אין קלאַס: „צי איז אַ וועלטלעכער ייִד אויך  אַ ייִד?‟ מײַן קלאַס, וואָס באַשטייט דאָס יאָר פֿון אַכציק סטודענטן, האָט זיך  געוווּנדערט פֿון אַזאַ פֿראַגע. זיכער איז ער אַ ייִד, האָבן זיי געטענהט, אַז מען  ווערט געבוירן אַ ייִד, איז מען אַ ייִד.

אָבער וואָס טוט מען מיט די טאַליבאַנעס אין אונדזערע מקומות און אין דער  אייגענער מדינה? האָב איך אָנגעהויבן דעם קלאַס מסביר צו זײַן, אַז אין  מיזרח־אייראָפּע פֿאַרן חורבן, האָט אַזוינס נישט עקזיסטירט. ייִדן האָבן טאַקע  געלעבט קאָמפּאַקט אין קליינע און גרעסערע שטעט, צעשפּרייט און צעזײט איבער  רוסלאַנד, אוקראַיִנע, פּוילן, ליטע, רומעניע, בעסאַראַביע, אונגאַרן; זיכער זײַנען  געווען איינצלנע פֿאַלן דאָ און דאָרט, אָבער אַזעלכע שטעטלעך ווי קרית־יואל, צי  וויליאַמסבורגער־סאַטמאַר, צי די שטעטעלעך אַרום ניו־יאָרק, ווי לייקוווּד,  ניו־סקווער און קרית־יואל, האָבן בכלל נישט עקזיסטירט.

אין די שטעטלעך האָבן אַמאָל געלעבט סײַ פֿרומע און סײַ פֿרײַדענקער, ייִדן  וואָס האָבן אָפּגעהיט די תּרי”ג מיצוות — שבתדיקע, יום־טובֿדיקע און וואָכעדיקע  ייִדן, ייִדן פֿון אַ גאַנץ יאָר, אַלערליי ייִדן. זיי האָבן זיך געמישט אין  וועלט־פּאָליטיק און געחלומט פֿון ארץ־ישׂראל, פּאַרטיייִשע ייִדן, וואָס האָבן זיך  אַרומגעטראָגן מיט גרויסע אילוזיעס, געזוכט יושר, גערעדט פֿון גערעכטיקייט אין דער  וועלט, אָבער קיין טאַליבאַנעס האָבן מיר קיין מאָל נישט פֿאַרמאָגט. פֿאַרקערט, די  ייִדישע ליטעראַטור שילדערט די רביים און רבנים מיטן גרעסטן כּבֿוד. דער  טשערנאָבילער רבי, ר’ מאָטעלע, איז געווען אַן אויסנאַם פֿון אַ מענטש; צווישן זיי  דער באַרדיטשעווער, וואָס האָט זיך אײַנגעשטעלט בײַ גאָט פֿאַר ייִדן, פֿרומע און  פֿרײַע, אײַנגעבעטן זיך בײַם רבונו־של־עולם ער זאָל זיך מרחם זײַן אויף זײַן  פֿאָלק־ישׂראל, קיין מאָל נישט געמאַכט קיין אונטערשייד צווישן זיי.

בײַ היטלערן, צי בײַ אײַכמאַנען, בײַ מענגעלען צי בײַ העסן, זײַנען מיר אַלע  געווען גלײַך, אָן אונטערשייד, פֿרום צי פֿרײַ, ליטוואַקעס צי גאַליציאַנער,  דײַטשע, אַסימילירטע ייִדן צי וויזשניצער חסידים; פֿאַרן גוי זײַנען מיר אַלע מאָל  און ביזן הײַנטיקן טאָג געווען אָן אויסנאַם — ייִדן.

אָבער גיט אַ קוק, פֿאַר די טאַליבאַנישע אַראַבער, וואָס זײַנען לעצטנס  באַפֿאַלן אַן אײַנקויף־צענטער אין קעניאַ, האָבן זיי געמאַכט אַ סעלעקציע צווישן  אייגענע. געגעבן אַן עקזאַמען בײַ די אייגענע מוסולמענער „געדענקסטו דעם נאָמען  פֿון מוחמדס מאַמען?‟ — אויב נישט — אַ קויל אין קאָפּ.

איך בין אַמאָל געזעסן אין וויליאַמסבורג אין אַ ייִדישן רעסטאָראַן און  געהאַלטן אַ שמועס מיט אַ פֿרומען קעלנער. יענער האָט שטאַרק באַוווּנדערט מײַן  ייִדיש מיט לשון־קודשדיקע ווערטער. פֿרעגט ער מיך:

„זאָגט מיר, פֿרוי, איר שטאַמט דאָך מסתּמא פֿון אַ רבנישע היים, איז ווען זײַט  איר פֿאַרדאָרבן געוואָרן?‟

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/173756/our-own-taliban/#ixzz2mWrt5YvL

Acerca de Central de Noticias Diario Judío

Noticias, Reportajes, Cobertura de Eventos por nuestro staff editorial, así como artículos recibidos por la redacción para ser republicados en este medio.

Deja tu Comentario

A fin de garantizar un intercambio de opiniones respetuoso e interesante, DiarioJudio.com se reserva el derecho a eliminar todos aquellos comentarios que puedan ser considerados difamatorios, vejatorios, insultantes, injuriantes o contrarios a las leyes a estas condiciones. Los comentarios no reflejan la opinión de DiarioJudio.com, sino la de los internautas, y son ellos los únicos responsables de las opiniones vertidas. No se admitirán comentarios con contenido racista, sexista, homófobo, discriminatorio por identidad de género o que insulten a las personas por su nacionalidad, sexo, religión, edad o cualquier tipo de discapacidad física o mental.


El tamaño máximo de subida de archivos: 300 MB. Puedes subir: imagen, audio, vídeo, documento, hoja de cálculo, interactivo, texto, archivo, código, otra. Los enlaces a YouTube, Facebook, Twitter y otros servicios insertados en el texto del comentario se incrustarán automáticamente. Suelta el archivo aquí

Artículos Relacionados: