Presentan el libro sobre el BUND en el CDI

Por:
- - Visto 320 veces

כאָטש די ייִדישע שפּראַך איז ווײַט ניט אַזוי פּראָמינענט אין מעקסיקע ווי זי איז געווען מיט אַ דור־צוויי צוריק, זענען נאָך אַלץ אַ סך מעקסיקאַנער ייִדן שטאַרק פֿאַראינטערעסירט אין די מיזרח־אייראָפּעיִשע וואָרצלען פֿון זייער קהילה.

אין איר בוך „די שבֿועה: די בונדיסטן אין מעקסיקע און זייער באַטייליקונג אין דער ייִדישער קהילה” דערקלערט טאַמאַרע גליסאָן, אַ יונגע מעקסיקאַנער ייִדישיסטקע וואָס וווינט הײַנט אין לאָנדאָן מיט איר מאַן, דעם ייִדישיסט אַרטוראָ־קערבל שײַן ווי אַזוי די בונדיסטישע כּלל־טוער האָבן געלייגט דעם פֿונדאַמענט פֿון אַ סך פֿון די הײַנטיקע מעקסיקאַנער ייִדישע קהילה־אינסטיטוציעס. אָבער להיפּוך צו מעלבורן, וווּ עס עקזיסטירט הײַנט אַ בונדיסטישע קהילה מיט אַ שול און אַנדערע אָרגאַניזאַציעס, בלײַבן אין מעקסיקע ניט קיין סך שפּורן פֿון דער וויכטיקער ראָלע וואָס די אָרטיקע בונדיסטן האָבן געשפּילט אין דער שטאָט.

כּדי צו פּראַווען די צווייטע אויפֿלאַגע פֿון טאַמאַרע גליסאָנס בוך וועט מען מאַכן אַ סיום־הספֿר בײַם „ייִדישן ספּאָרט־צענטער“ (Centro Deportivo Israelita) אין דער שטאָט מעקסיקע. אין דער פּראָגראַם וועט אַ פּאַנעל דיסקוטירן און דעבאַטירן די ראָלע פֿון שפּראַך, אידענטיטעט, קולטור, דערציִונג, פּרעסע און פּאָליטיק אויף דער ייִדישער קהילה אין מעקסיקע אין ליכט פֿון דער אָרטיקער בונדיסטישער געשיכטע וואָס ווערט באַשריבן אין טאַמאַרע גליסאָנס בוך. עס וועלן זיך אָנטיילנעמען אינעם פּאַנעל: ד״ר אַליציאַ גוימאַן (נאַציאָנאַלער אומאָפּהענגיקער אוניווערסיטעט פֿון מעקסיקע), ד״ר טעסי שלאָסער (שיקאַגער אוניווערסיטעט), ד״ר רובי אײַזן (אײַביראָ־אַמעריקאַנער אוניווערסיטעט פֿון דער שטאָט מעקסיקע) און ד״ר גבֿריאל שיין.


די פּראָגראַם וועט פֿאָרקומען זונטיק, דעם 25סטן יוני, איינס אַזייגער נאָכמיטאָג.

נאָך אינפֿאָרמאַציע באַזוכט: https://www.facebook.com/events/801758676651600/?active_tab=about

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/204733/book-presentation-in-mexico-on-the-history-of-the/#ixzz4lJyRuOSu

 

Deja tu Comentario

A fin de garantizar un intercambio de opiniones respetuoso e interesante, DiarioJudio.com se reserva el derecho a eliminar todos aquellos comentarios que puedan ser considerados difamatorios, vejatorios, insultantes, injuriantes o contrarios a las leyes a estas condiciones. Los comentarios no reflejan la opinión de DiarioJudio.com, sino la de los internautas, y son ellos los únicos responsables de las opiniones vertidas. No se admitirán comentarios con contenido racista, sexista, homófobo, discriminatorio por identidad de género o que insulten a las personas por su nacionalidad, sexo, religión, edad o cualquier tipo de discapacidad física o mental.


El tamaño máximo de subida de archivos: 300 MB. Puedes subir: imagen, audio, vídeo, documento, hoja de cálculo, interactivo, texto, archivo, código, otra. Los enlaces a YouTube, Facebook, Twitter y otros servicios insertados en el texto del comentario se incrustarán automáticamente. Suelta el archivo aquí

Artículos Relacionados: