סאנקט-עווסטאציוס איז אן אינזל אין קאריבישן ים, וואס איז געווען באפעל קערט פון יידישע סוחרים און פלאנטאציע-אייגנטימער. דעם אינזל האט כריסטאף קאלאמבוס געזען אין 1493 פון דער ווייטנס. אין פארלויף פון די קומענדיקע 150 יאר האט דער אינזל געהערט צו א סך לענדער. אין 1636 איז סאקנט-עווסטאצ יוס געווארן א האלענדישע קאלאניע מיט א גובערנאטאר, וואס האט געהאט די אויפ זיכט איבער אנדערע צוויי אינזלאן, סאנקט-מארטין און סאבע. אט-די טערי
טאריע האט געשפילט א וויכטיקע ראלע אין אנטוויקלען דעם צוקער-האנדל אין קאריבישן ים.

די סטראטעגישע וויכטיקייט פון סאנקט-עווסטאציוס, הארט אין צענטער פון א סך דענישע, ענגלישע, פראנצויזישע און שפאנישע אינזלען, צוזאמען מיט זיין נייטראליטעט האט אים פאר וואנלדט אין א פאפולערן צאלפרייען האנדלס-צענטער מיט גרויסע און טיפע האפנס. ער איז אויך געווען א שמוגל-פונקט פאר קאנטראבאנדע. זיין צונאמען איז געווען "דער גאלדענער פעלז".

<זיין עקאנאמיע איז געוואקסן מיט אן אומדערהערטער שנעלקייט דורכן גרינגשעצן די האנדלס-פארבאטן פון די קאלאניאל-מאכטן.

דער בריטישער פילאסאף און פאליטיקער עדמונד בורק האט געשריבן אין 1781 וועגן סאנקט-עווסטאציוס:"ער האט ניט קיין גרינצייג, ניט קיין פעסטונג, ניט קיין מיליטערישן גייסט אדער רעג לען. זיין האנדלס-וויכטיקייט איז זיין פארטיידונג. זיין אלוועלטלעכע, ווירטשאפטלעכע אויסנוצונג מיט זיין נייטראלער נאטור זיינען זיין זיכערהייט און באשיצונג. זיינע אייגנטימער האבן עס אין האנ דלס-גייסט פארוואנדלט אין א וועלט-יאריד. זיין רייכטום איז ריזיק און איז אנטשטאנען צוליב זיינע שטרעבונגען און געשעפטס נאטור".

דער אינזל האט געהאנדלט מיט וואפן און אמוניציע און זיי פארקויפט יעדערן, וואס האט זיי געוואלט איינקויפן. דאס איז געווען איינער פון די איינציקע פלעצער, וואו די 13 קאלאניעס האבן געקאנט איינהאנדלען וואפן. די פריינטלעכע באציאונגען צווישן דעם אינזל און די קאלאניעס האבן געפירט דעם 16טן נאוועמבער 1776 צו,דער ערשטן סאלוט'. דער גובערנאטאר האט באערט די אמעריקאנער קריגס-שיף "אנדרו דוריע" מיט א קאנאן-סאלוט. ער האט באגריסטט די אמערי קאנער שיף מיט א קעגן-גרוס לכבוד דער נייער אמעריקאנער אומאפהענגיקייט.

דאס איז געווען דאס ערשטע מאל, וואס אמעריקע איז אנערקענט געווארן אלס זעלבסט-שטענדיקע מדינה. דער קאנאן-סאלוט האט צוגעשטעלט בארבארע טוכמאן דעם טיטל פון איר בוך "דער ערשטער סאלוט: אן איבערזיכט איבער דער אמעריקאנער רעוואלוציע" (1988).

בריטאניע האט באטראכט דעם אינצידענט פאר א פאטש אין פנים און האט פראטעסטירט קעגן דעם אנגייענדיקן האנדל צווישן אמעריקע און סאנקט-עווסטאציוס. דער אינזל איז געווארן פאר כאפט און בארויבט אין 1782 פון בריטישן ים-פלאט לויטן באפעל פון אדמיראל ראנדעי. צוויי טעג נאכדעם ווי דער אינזל האט זיך אונטערגעגעבן, זיינען די אלע מענער אין דער קהי לה, דער גובערנאטאר בתוכם, דעפארטירט געווארן בשעת איין מעת-לעת. דאס בית-הכנסת איז צוזאמען מיט א סך יידישע הייזער, אונטערגעצונדן געווארן.

אין 1778 האט לארד סטארמאנט דערקלערט אין פארלאמענט: "אז סאנקט-עווסטאציוס זאל געווען זינקען מיט דריי יאר פריער, וואלט ענגלאנד שוין באזיגט געארג וואשינגטאן". דער מסחר צווישן די צוויי טעריטאריעס איז געווען די סיבה פון 4טן בריטיש-האלענדישן קריג, וואס האט פאר קריפלט די עקאנאמיע פון נעדערלאנד.
בשעת זיין בלי-עפאכע האט סאנקט-עווסטאציוס געהאט א באפעלערונג פון 10,000 נפשות. מיט דער צייט איז זיין דערפאלג פארשאטנט געווארן פון די אנדערע האלענדישע אינזלען אין רא יאן. זיין באפעלקערונג איז אויך געווארן וואס אמאל קלענער מיט די יארן. די שול איז געשטאנען אלס חרוב פון 1782 ביז 2001, ווען די ווענט און מויערן זיינען צוריק אויפגעבויט געווארן ווי א טייל פון א היסטארישער רעסטאוורירונג. דער פראיעקט זוכט ביישטייערונגען, כדי צו בויען א נייעם דאך. ס'זיינען פאראן קיין בילדער צום ווייזן ווי אזוי די שול האט אויסגעקוקט אין אירע אקטיווע יארן. דער בנין קאן דעריבער ניט רעסטאוורירט ווערן אין דער זעלבער פארמע מיטן זעלבן כא ראקטער. א

SIN COMENTARIOS

Deja tu Comentario

A excepción de tu nombre y tu correo electrónico tus datos personales no serán visibles y son opcionales, pero nos ayudan a conocer mejor a nuestro público lector

A fin de garantizar un intercambio de opiniones respetuoso e interesante, DiarioJudio.com se reserva el derecho a eliminar todos aquellos comentarios que puedan ser considerados difamatorios, vejatorios, insultantes, injuriantes o contrarios a las leyes a estas condiciones. Los comentarios no reflejan la opinión de DiarioJudio.com, sino la de los internautas, y son ellos los únicos responsables de las opiniones vertidas. No se admitirán comentarios con contenido racista, sexista, homófobo, discriminatorio por identidad de género o que insulten a las personas por su nacionalidad, sexo, religión, edad o cualquier tipo de discapacidad física o mental.
Artículo anteriorImmersing Oneself In A Chair
Artículo siguienteListos para el Super Bowl y sus 6 aspectos judíos