SaveTheMusic presenta: La Balada de La Conversa

Por:
- - Visto 327 veces

אינעם ייִדישן פֿאָלקלאָר זײַנען פֿאַראַן לידער וועגן כּלערליי זאַכן, אַרײַנגערעכנט אַ סך טראַגישע מעשׂיות און אומגליקן. צום טייל איז דאָס מסתּמא דערפֿאַר, ווײַל דאָס פֿאַקטישע לעבן אין שטעטל איז אָפֿט געווען טראַגיש. אָבער מע דאַרף אויך רעכענען מיט דעם, אַז דער פּשוטער פֿאָלקסמענטש האָט ליב געהאַט זיך אויסצוּוויינען. מע פֿלעגט זיך גוט אויסוויינען בײַם דאַווענען, בײַם זינגען, בײַם לערנען מוסר־ספֿרים און ווען נאָר עס האָט זיך געמאַכט אַ געלעגנהייט. דאָס קען מען אפֿשר באַטראַכטן ווי אַ מין פּרימיטיווע טעראַפּיע, כּדי אָפּצולאָדן די שטאַרקע געפֿילן, וואָס יעדער איינער האָט מיט זיך אַרומגעטראָגן. הײַנט, ווען מיר וויינען שוין ניט, האָבן מיר אַנדערע סאָרטן טעראַפּיע, וואָס קאָסטן אַ סך טײַערער.

אַ גרויס אומגליק איז אַוודאי געשען, ווען אַ ייִדיש קינד האָט זיך געשמדט און האָט איבערגעלאָזט טאַטע־מאַמע אויף אייביק. אין דער אמתן איז שמד גאָר ניט געווען אַזוי זעלטן ווי מע מיינט. אין געוויסע תּקופֿות זײַנען פֿאָרגעקומען אמתע שמד־עפּידעמיעס, ווען יונגע־לײַט האָבן אָנגענומען דעם פֿרעמדן גלויבן, כּדי אָנגענומען צו ווערן אין אוניווערסיטעט אָדער אין אַ גוטער גימנאַזיע.

מיר ברענגען אײַך הײַנט אַ שמד־באַלאַדע פֿון דער גרויסער ווידעאָ־זאַמלונג פֿונעם „אַהיים‟־פּראָיעקט, אָנגעפֿירט פֿון דובֿ־בער קערלער און דזשעפֿרי ווײַדלינגער. די זינגערין הייסט זעלדע רויף, פֿון קעשענעוו, מאָלדאָווע. מער אינפֿאָרמאַציע און נאָך אַ שמד־באַלאַדע קען מען געפֿינען בײַם בלאָג „דאָס ייִדישע ליד פֿון דער וואָך‟, מיט קאָמענטאַרן פֿון איציק גאָטעסמאַן און דוד בראַון.


זיצט די מאַמע

זיצט די מאַמע און
אַרבעט אַ זאָק.
קומט מען איר זאָגן
אַז, איר טאָכטער סאָניעלע האָט זיך געשמדט.

לויפֿט זי זי זוכן
צווישן אַלע שכנים,
און איר טאָכטער סאָניעלע
איז נישטאָ בײַ קיינעם.

לויפֿט זי זי זוכן
צו טשאָבאַנעס טיר
און איר טאָכטער סאָניעלע
שטייט אַקעגן איר.

סאָניעלע, סאָניעלע
קום צו מיר אַהיים.
איך וועל דיר געבן
וואָס דו ווילסט אַליין.

איך וועל דיר געבן
קליידער און נדן,
און אַ ייִדיש ייִנגעלע
פֿאַר אַ מאַן.

בײַ מיר ביסטו געגאַן
מיט שיך און קאַלאָשן.
וועסט חתונה האָבן פֿאַר טשאָבאַן
וועסטו אויסגיין פֿאַר אַ גראָשן.

בײַ מיר ביסטו געגאַן
מיט אַ ווײַס זײַדן קלייד.
וועסט חתונה האָבן פֿאַר טשאָבאַן
וועסטו וואַשן ייִדיש גרעט.

האָט זי געענטפֿערט דער מוטער:
טרײַבט אַוועק מײַן מוטער,
איך קען זי נישט לײַדן,
די ייִדישע נאמנה

איך קען זי נישט פֿאַרלײַדן.

Source: http://blogs.yiddish.forward.com/oyneg-shabes/178742?utm_source=Sailthru&utm_medium=email&utm_term=Oyneg%20Shabes&utm_campaign=Oyneg%20Shabes#ixzz32aLaUGDa

Acerca de Central de Noticias Diario Judío

Noticias, Reportajes, Cobertura de Eventos por nuestro staff editorial, así como artículos recibidos por la redacción para ser republicados en este medio.

Deja tu Comentario

A fin de garantizar un intercambio de opiniones respetuoso e interesante, DiarioJudio.com se reserva el derecho a eliminar todos aquellos comentarios que puedan ser considerados difamatorios, vejatorios, insultantes, injuriantes o contrarios a las leyes a estas condiciones. Los comentarios no reflejan la opinión de DiarioJudio.com, sino la de los internautas, y son ellos los únicos responsables de las opiniones vertidas. No se admitirán comentarios con contenido racista, sexista, homófobo, discriminatorio por identidad de género o que insulten a las personas por su nacionalidad, sexo, religión, edad o cualquier tipo de discapacidad física o mental.


El tamaño máximo de subida de archivos: 300 MB. Puedes subir: imagen, audio, vídeo, documento, hoja de cálculo, interactivo, texto, archivo, código, otra. Los enlaces a YouTube, Facebook, Twitter y otros servicios insertados en el texto del comentario se incrustarán automáticamente. Suelta el archivo aquí

Artículos Relacionados: