¿Se puede “apagar” toda la internet? (en Yiddish)

Por:
- - Visto 773 veces

טעכנאלאגיע-עקספערטן איבער דער וועלט זיינען איבערראשט געווארן אין די לעצטע פאר וואכן, ווען עגיפטן האט אויסגעלאשן דער אינטערנעט, כדי צו דערשטיקן די אומרוען אין זיינע שטעט. די זעלבע קענער פרעגן אויך, צי מ’קאן טאן דאס זעלבע אין אנדערע לענדער וואו די קיבערנעטישע טעכנאלאגיע איז מער אנטוויקלט און קאמפליצירט, ווי, לשמל, אין אמעריקע. זיי פרעגן זיך אויך, צי איז מעגלעך צו דערשטיקן מיט איין קלאפ דעם אינטערנט איבער דער גאנצער וועלט!

מומחים אין דער טעמע האבן איבערגעגעבן, אז ס’איז טעארעטיש-מעגלעך, אבער ס’איז כמעט ווי אוממעגלעך. “צי קאן מען דערשטיקן דעם אינטערנעט? יא! צי קאן מען אים אויסלעשן? ניין. ביי דעם מאמענט וואלט געווען אין גאנצן אוממעגלעך אויסצושליסן אומעטום דעם אינטערנעט”, האט געזאגט דזשים קאואי, דער מיטגרינדער פון “רענעסיס”, א וועלט-פירמע וואס פארשט דעם אינטערנעט. ער האט גערעדט פונעם אינטערנעט גלייך ווי ער זאל זיין אן אומשטערבלעכער ריזן-ווארעם, צוגעבנדיק: “ס’איז קאמיש. אפילו ווען מ’זאל רייסן אויף שטיקער דעם אינטערנעט אדער אים האלבירן ווי א ווארעם, וואלטן די צוויי העלפטן געלעבט ווייטער אזוי ווי באזונדערע צוויי ווערעמער.

ווי עגיפטן האט פארשטומט”די נעץ”


ווען מ’באנעמט וואס ס’איז פארגעקומן אין עגיפטן, פארשטייט מען אויך וואס ס’וועט אפשר צושטאנדקומען אין די פש”א אדער אין אנדערע מדינות. לויט די קענער אין אינטערנעטישן פארקער האט די עגיפטישע רעגירונג אפשר געהייסן די גרעסטע פינף אינטערנעט-פירמעס אין לאנד צו דערשטיקן דעם עלעטראנישן פארקער. כדי צו פאראליזירן דעם פארקער האבן די פירמעס איבערגעביטן די קאמפוטער-פראגאמען, די טעכנאלאגיע וואס שטעלט-איבער אינפארמאציע דורכן אינטערנעט. “דאס איז אבער ניט קיין,מארד-קנעפל'”, האט איין עקספערט דערקלערט, צוגעבנדיק: “אין עגיפטן האט מען געענדערט די,ווייך-ווארע’ מיט א נול-פונקט-טעכנאלאגיע, וואס ווארפט-ארויס דעם פארקער”. דער זעלבער פארשער האט איבערגעגעבן, אז דער מעטאד איז אויסגענוצט געווארן נאר צוויי מאל פריער בשעת די פראטעסטן אין מיאנמאר אין 2007 און בעתן קעניגלעכן פוטש אין נעפאל אין 2005. איראן און כינע באנוצן זיך מיט פילטער-טעכנאלאגיעס אנשטאט צו צעשטערן אין גאנצן אלע אינטערנעט-טראנסמיסיעס.

אין אמעריקע?

די רעגירונג וואלט אויך געמוזט קלינגען אין די גרעסטע אינטערנעט-פירמעס און זיי באפוילן איבערצוהאקן דעם עלעקטראנישן פארקער.אנדערע עקספערטן האבן איבערגעגעבן, אז די רעגירונג וואלט געדארפט האנדלען מיט טויזנט אינטערנעט-פירמעס, כדי צו דערמארדן דעם גאנצן אינטערנעט, וואס וואלט געווען כמעט ווי אוממעגלעך. וואשינגטאן האט אבער קיינמאל ניט ארויסגעוויזן קיין חשק צו טאן אזוינס. דער אינטערנעט איז אויך א סך גרעסער אין די פש”א ווי אין עגיפטן.דאס אמעריקאנער פאלק וואלט אויך פארהיט, אז די רעגירונג זאל נעמען אזא טאטאליטארישן שריט.

“דער אינטערנעט איז א ריי נעצלעך אין א נעץ”, האט געזאגט אנדרו בלום, א קארעספאנדענט פארן זשורנאל “ווייערד”, וואס די טעלעוויזיע-נייעס-סטאנציע”סי.ען.ען.” גיט-ארויס. ער איז אויך דער אויטאר פון א בוך וועגן אינטערנעט-טעכנלאגיע, וואס וועט דערשיינען אין דער נאענטער צוקונפט. “די אלע פירמעס זיינען פריוואטע קארפאראציעס”, האט ער צוגעגעבן, “וואס טוען וואס זיי ווילן. זיי זיינען געשעפטן. זייער אויטאנאמיע גיט זיי ברויט,פון דעם האבן זיי פרנסה. הויפט-זעכלעך דארפן זיי זיך ניט האלטן ביי קיין רעגלען. אלזא עקסטרעם איז די אידייע, וואס זיי וואלטן געמוזט פאלגן א רעגירונגס-באפעל”.

דאס גילטנדיקע געזעץ באשטימט, צי א רעגירונג קאן פארבאטן דעם צוטריט צום אינטערנעט. “דער פאקט איז דאס: אימיצער מוז האבן א געזעצלעכע אויטאריטעט צו זאגן אן אינטערנעט-קארפאראציע:,רייסט-איבער אייער פארבינדונג מיט דער וועלט!'” האט קאואי דערקלערט. דריי סענאטארן אין אמעריקע האבן פארגעבראכט פארן סענאט לעגיסלאציע צו באפולמעכטיקן דעם פרעזידענט אפצושליסן דעם אינטערנעט בעת א קיבערנעטישער אטאקע אדער אין א נויטפאל. די געזעץ-פראיעקט-פארפאסער פארזוכן זיך צו דערווייטערן פון די אומרוען אין עגיפטן און פונעם באפאל פון פרעזידענט מובאראק אויסצושליסן דעם אינטערנעט. “אונזער געזעץ-פראיעקט אנטהאלט שוין מיטלען ווי אזוי צו שטערן דעם פרעזידענט אפצוזאגן די בירגער א צוטריט צום אינטערנעט.

אויסשליסן דעם גלאבאלן אינטערנעט וואלט געווען א נאך-גרעסערע אונטערנעמונג. דאס וואלט געפאדערט א גלאבאלע צוזאמענארבעט,וואס וועט העכסט-ווארשיינלעך ניט געשען. “אויב מ’זאל ווירקלעך וועלן אויסלעשן דעם אינטערנעט, וואלט מען געדארפט ארומזוכן מענשן אויף יעדן קאנטינענט און אין יעדן לאנד,” האט קאואי געזאגט. “דער אינטערנעט האט ניט קיין צענטראלע באזע,ניט קיין צענטער. ס’איז ניט דא קיין “מארד-קנעפל”, האט ער באשטימט. ביים איצטיקן מאמענט קאן מען דאס נאך ניט טאן. דער אינטערנעט איז אנטוויקלט געווארן, כדי צו זיין שטארק און,אויסגעלאסן’. געוויסע פארבינדונגען רייסן זיך איבער אדער ברעכן-צאזאמען און ס’אנטשטייען גלייכצייטיק נייע פארבינדונגען. למשל: די וואס האבן אין עגיפטן ניט געהאט קיין אינטערנעט-צוטריט, האבן געמאכט אינטערנאציאנאלע קלונגען קיין אייראפע, כדי זיך,איינצושליסן’.
“גוגל” האט אויך באקאנט געמאכט א דינסט ווי אזוי צו דערלויבן די עגיפטער צו נוצן שטוב- אדער גאסן-טעלעפאנען צו דרוקן אנזאגן אין,טוויטער’ דורכן באנוצן זיך מיט טעלעפאנישע מיטטיילונגען.

Deja tu Comentario

A fin de garantizar un intercambio de opiniones respetuoso e interesante, DiarioJudio.com se reserva el derecho a eliminar todos aquellos comentarios que puedan ser considerados difamatorios, vejatorios, insultantes, injuriantes o contrarios a las leyes a estas condiciones. Los comentarios no reflejan la opinión de DiarioJudio.com, sino la de los internautas, y son ellos los únicos responsables de las opiniones vertidas. No se admitirán comentarios con contenido racista, sexista, homófobo, discriminatorio por identidad de género o que insulten a las personas por su nacionalidad, sexo, religión, edad o cualquier tipo de discapacidad física o mental.


El tamaño máximo de subida de archivos: 300 MB. Puedes subir: imagen, audio, vídeo, documento, hoja de cálculo, interactivo, texto, archivo, código, otra. Los enlaces a YouTube, Facebook, Twitter y otros servicios insertados en el texto del comentario se incrustarán automáticamente. Suelta el archivo aquí

Artículos Relacionados: