¿Se reconciliaran Obama y Netanyahu?

Por:
- - Visto 335 veces

ס׳זעט אויס, אַז דער אָפּמאַך מיט איראַן איז אַ זיכערע זאַך. דאָס מיינט נישט אָבער, אַז דאָס טיפֿע מחלוקת צווישן דעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט, באַראַק אָבאַמאַ, און דעם ישׂראלדיקן פּרעמיער־מיניסטער, בנימין נתניהו, וועט פֿאַרשוווּנדן ווערן. נתניהו האָט פֿאַרשפּילט זײַן קאַמף קעגן איראַן, און בלײַבט ברוגז.

איין גוטע עצה וואָלט געווען צו פֿירן די דעבאַטן שטילערהייט, הינטער פֿאַרמאַכטע טירן, אַנשטאָט צו קריטיקירן איינער דעם צווייטן פֿון הויכע טריבונעס. דזשאָעל רובין, דער פּרעזידענט פֿון דער „וואַשינגטאָנער סטראַטעגישער גרופּע‟, וואָס פֿאַרנעמט זיך מיט קאָנסולטאַציעס וועגן אינערן־ענינים, האָט באַמערקט, אַז אָבאַמאַ און נתניהו דאַרפֿן אָנהאַלטן און פֿאַרבעסערן די באַציִונגען אין זיכערהייט־ענינים צווישן די צוויי לענדער, און דערקלערן די זיכערהייט־באַאַמטע וועגן דער סיטואַציע, כּדי זיי זאָלן זיך נישט זאָרגן. וואָס שייך פּאָליטיק, גלייבט רובין, אַז ביידע פֿירער מוזן בײַטן דעם קורס פֿון זייערע דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען און באַהאַנדלען די פּאָליטישע סתּירות צווישן זיך ווי ערנסטע דערוואַקסענע פֿירער, נישט בלויז ווי פּאָליטיקער.

מיט אַ יאָר צוריק, זענען דורכגעפֿאַלן די אַמעריקאַנער באַמיִונגען צו דערגרייכן שלום צווישן ישׂראל און די פּאַלעסטינער. איינע פֿון די סיבות דערפֿון זענען געווען די פֿאַרביקע עפּיטעטן, מיט וועלכע די ישׂראלדיקע און אַמעריקאַנער פֿירער האָבן „באַלוינט‟ איינער דעם צווייטן. די ווײַטערדיקע אַרבעט איבערן שלום־אָפּמאַך מיט די פּאַלעסטינער קאָן אָפּשוואַכן די סיכסוכים וועגן איראַן. דער עזה־פּאַס בלײַבט אַן אומסטאַבילער ראַיאָן, דערפֿאַר מוז מען לייזן די דאָזיקע פּראָבלעם.


עמון רשף, אַ פּענסיאָנירטער ישׂראלדיקער גענעראַל־מאַיאָר, האָט באַטאָנט, אַז דער בעסטער פּאָליטישער קורס פֿאַר ישׂראל וואָלט געווען צו פֿאַרבעסערן איצט די באַציִונגען מיט די פֿאַראייניקטע שטאַטן און, אין דער זעלבער צײַט, מיט די שכנישע אַראַבישע לענדער. אילן גאָלדענבערג, וועלכער האָט געדינט מיט אַ יאָר צוריק ווי אַ וויכטיקער שליח פֿונעם אַמעריקאַנער מלוכה־דעפּאַרטאַמענט בעת די פֿאַרהאַנדלונגען צווישן ישׂראל און די פּאַלעסטינער, האַלט, אַז עס וואָלט געווען גוט אויסצוקלײַבן נײַע פֿאַרמיטלער אין די באַציִונגען מיט די פֿאַראייניקטע שטאַטן, וועלכע זענען נישט געווען פֿאַרמישט אין די אַנומלטיקע דעבאַטן אַרום איראַן.

כּדי צו מאַכן זיכער, אַז נאָכן נוקלעאַרן אָפּמאַך וועט איראַן נישט אַטאַקירן מיט פֿרישע כּוחות די אַנדערע לענדער אינעם ראַיאָן, באַזאָרגט זיי אַמעריקע מיט געווער. מצד דער ישׂראלדיקער פּערספּעקטיוו איז עס אָבער סכּנותדיק, ווײַל ווײַט נישט אַלע גוטע פֿרײַנד פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן — למשל, סאַודיע — באַציט זיך מיט סימפּאַטיע צו ישׂראל.

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/190829/will-obama-and-netanyahu-reconcile/#ixzz3lBDdNgkd

Acerca de Central de Noticias Diario Judío

Noticias, Reportajes, Cobertura de Eventos por nuestro staff editorial, así como artículos recibidos por la redacción para ser republicados en este medio.

Deja tu Comentario

A fin de garantizar un intercambio de opiniones respetuoso e interesante, DiarioJudio.com se reserva el derecho a eliminar todos aquellos comentarios que puedan ser considerados difamatorios, vejatorios, insultantes, injuriantes o contrarios a las leyes a estas condiciones. Los comentarios no reflejan la opinión de DiarioJudio.com, sino la de los internautas, y son ellos los únicos responsables de las opiniones vertidas. No se admitirán comentarios con contenido racista, sexista, homófobo, discriminatorio por identidad de género o que insulten a las personas por su nacionalidad, sexo, religión, edad o cualquier tipo de discapacidad física o mental.


El tamaño máximo de subida de archivos: 300 MB. Puedes subir: imagen, audio, vídeo, documento, hoja de cálculo, interactivo, texto, archivo, código, otra. Los enlaces a YouTube, Facebook, Twitter y otros servicios insertados en el texto del comentario se incrustarán automáticamente. Suelta el archivo aquí

Artículos Relacionados: