Según Ha’aretz, Israel se parece cada vez a Alemania en 1933, (En Yiddish)

Por:
- - Visto 314 veces

דער אַרטיקל פֿון פּראָפֿ׳ דניאל בלאַטמאַן, אַ היסטאָריקער אינעם העברעיִשן אוניווערסיטעט, איז לכתּחילה אָפּגעדרוקט
געוואָרן אין „האָרץ‟ אויף העברעיִש. די איבערזעצונג איז פֿון ד״ר מרים טרין

די נאַציאָנאַל־רעליגיעזע רעוואָלוציע וואָס ישׂראל האַלט אין דורכמאַכן, דערמאָנט אין די אָנהייבן פֿון דעם רעזשים וואָס איז אויפֿגעקומען אין דײַטשלאַנד אין יאָר 1933. די אידעאָלאָגיע און דאָס געוואַלד זײַנען אַוודאי נישט אידענטיש, נאָר די צילן און די שׂונאים ווערן באַצײכנט אויף דעם זעלביקן שאַרפֿן אופֿן און די כּוונות זײַנען היפּשלעך קלאָר. איין ציל פֿון דער רעגירונג איז אָפּצורייניקן די מלוכישע סיסטעם פֿון אַלע וואָס אידענטיפֿיצירן זיך נישט מיט איר וועלטבאַנעם — און אויב נישט אָפּרייניקן, טאָ כאָטש זיי צו סטראַשען און זיי צו מאַכן שווײַגן.

דער וואַקלדיקער גרונט פֿון דער ישׂראלדיקער דעמאָקראַטיע ווערט נאָך אַלץ, ווי נישט איז, אונטערגעהאַלטן פֿון די צענדליקער יאָרן, אין וועלכע זי איז אויפֿגעבויט געוואָרן און אירע גרונטשטיינער זײַנען פֿאַרפֿעסטיקט געוואָרן: אַ מלוכישע דערציִונג; אַן אַ־פּאָליטישער, עפֿנטלעכער דינסט; אַן אומאָפּהענגיקע, יורידישע סיסטעם; אַן אומאָפּהענגיקע אַקאַדעמיע. אָבער דער צעפֿאַל פֿון דער סיסטעם אַוואַנסירט מיט ריזיקע טריט. בנימין נתניהו האָט אַנומלט קלאָר אויפֿגעוויזן די קומעדיקע צילגרופּע: דער עפֿנטלעכער דינסט. דער יודעאָ־ציוניסטישער דערציִונג־מיניסטער נפֿתּלי בענעט האַלט פּונקט איצטער אין מאַנעוורירן מיט אַ נײַעם גאַנג וועלכער קען נאָר דערפֿירן צום צעפֿאַל פֿון דער מלוכישער און פּלוראַליסטישער דערציִונג־סיסטעם, וואָס איז געווען כאַראַקטעריסטיש אין עבֿר.   אין פֿעברואַר 1933 האָט הערמאַן נעף, אַן איבערגעגעבענער נאַצי וואָס איז שפּעטער אין נאַצי־דײַטשלאַנד געשטאַנען בראַָש פֿון דער ליגע פֿון דעם עפֿנטלעכן דינסט, געהאַלטן אַ וויכטיקע רעדע: וועגן דער טבֿע פֿון דעם עפֿנטלעכן דינסט אין דעם נײַעם דײַטשלאַנד. אַ וואַזשנער טייל פֿון דעם דאָזיקן עפֿנטלעכן דינסט זײַנען געווען די לערערס און פּעדאַגאָגישע כּלל־טוערס בכלל. ער האָט באַשטימט, אַז דאָס אויסרייניקן דעם עפֿנטלעכן דינסט דאַרף זײַן אַ ציל וואָס מע מוז דערגרייכן ווי צום גיכסטן. דער עפֿנטלעכער דינסט דאַרף זײַן געטרײַ און פֿאַראַנטוואָרטלעך פֿאַר די אינטערעסן פֿון דער דײַטשער נאַציע און דעריבער איז נייטיק, לחלוטין צו פֿאַרזיכערן, אַז יעדער עפֿנטלעכער אַרבעטער זאָל זיך פֿילן און פֿירן ווי אַ דײַטש. ווער עס גלייבט למשל אין מאַרקסיזם קען נישט מקיים זײַן די דאָזיקע דערוואַרטונג. דער נאַציאָנאַל־סאָציאַליזם פֿאָדערט אַ מאַכטפֿולן, עפֿנטלעכן דינסט, אַנגאַזשירט מיטן פֿולן ברען.


ס׳איז נישט שווער זיך פֿאָרצושטעלן די דאָזיקע רעדע אינעם מויל פֿון געוויסע רעכטע מיניסטאָרן און כּנסתּ־מיטגלידער. פֿאַרבײַטנדיק דעם באַגריף „נאַציאָנאַל־סאָציאַליזם” אויף „ייִדיש־ציוניסטיש”, און דאָס וואָרט „דײַטשלאַנד” אויף „ישׂראל”, וואָלט זיך באַקומען דער נוסח פֿון אַ רעדע, וואָס נתניהו, איילת שקד, מירי רגבֿ אָדער יריבֿ לעווין וואָלטן דורכויס געקענט האַלטן. אַן ענלעכע אָנשויונג איז אויך געווען דער יסוד פֿאַר די איבערקערנדיקע שינויים וואָס זײַנען פֿאָרגעקומען אין דער דערציִונג-סיסטעם אין דײַטשלאַנד. די נאַציס האָבן אין גאַנצן איבערגעביטן די סטרוקטור פֿון די שולן, די סיסטעם פֿון אויסקלײַבן די לערערס און, פֿאַרשטייט זיך, די אינהאַלטן פֿון דער לערערײַ.

עס ווײַזט זיך אַרויס, אַז בענעט איז נישט דער ערשטער וואָס שטרעבט צו אַ נאַציאָנאַליזאַציע־פּראָצעס אין דער דערציִונג-סיסטעם, לויט זײַן אייגענעם נאַציאָנאַל־רעליגיעזן וועלטבאַנעם. אַז מע פֿאָלגט נאָך וואָס ער זאָגט און מיט וועלכע פֿאַרגלײַכן און באַגריפֿן ער באַניצט זיך, איז שווער, זיך נישט צו דערמאָנען אין די שרעקלעכסטע היסטאָרישע בײַשפּילן. דאָ נישט לאַנג צוריק האָט ער געטענהט, אַז ס׳איז שוין די העכסטע צײַט, זיך נישט צו חנפֿענען און צו דערנידעריקן פֿאַר די אומות־העולם, נאָר זיך צו נעמען אין די הענט אַרײַן און צו האַנדלען: אײַנצופֿירן די הערשאַפֿט אין יהודה־און־שומרון. בענעט דערקלערט געשיכטע אייגנטלעך לויט דעם זעלביקן געדאַנקלעכן פּרינציפּ וואָס איז געווען טיפּיש פֿאַרן נאַציאָנאַל־סאָציאַליזם — איז דאָך דער מהות פֿון היטלערס רעוואָלוציע געווען די וויזיע פֿון אַ „נאַציאָנאַלער דערוועקונג”, וועמענס הויפּט־כּוונה איז געווען, איבערצורײַסן דעם נאָכאַנאַנדיקן פֿאָדעם פֿון דער געשיכטע, דער עיקר — איבערצורײַסן מיטן עבֿר וואָס האָט אַזוי דערנידעריקט און דעפּרימירט דײַטשלאַנד נאָך דער ערשטער וועלט־מלחמה.

די נאַציאָנאַל־סאָציאַליסטישע דערציִונג־סיסטעם האָט צוגעפּאַסט אירע פּרינציפּן צו דער דאָזיקער וויזיע פֿון נאַציאָנאַלער דערוועקונג. אַזוי איז געשאַפֿן געוואָרן די אַנטי־טעזע צו די פּרינציפּן פֿון דער „בילדונג”־באַוועגונג, וואָס איז געווען באַזירט אויף דעם געדאַנק, אַז דערציִונג דאַרף זײַן אַ פּראָצעס אין וועלכן עס געשטאַלטיקט זיך אַן אינדיווידועלע פּערזענלעכקייט. לויט אַזאַ צוגאַנג איז דערציִונג נישט קיין בלויזער לערנפּראָצעס, אין וועלכן עס ווערן צונויפֿגעקליבן שטיקער וויסן פֿון פֿאַרשידענע תּחומען, נאָר אַ הילפֿמיטל צו געשטאַלטיקן אַן אינדיווידועלן כאַראַקטער דורך פּראַקטישע דערפֿאַרונגען. ייִדישע דענקער האָבן געשפּילט אַ מכריעדיקע ראָלע בײַ דער אַנטוויקלונג און פֿאַרפֿעסטיקונג פֿון דער „בילדונג”־אידעע. מע האָט געוואָלט סטימולירן און קולטיווירן בײַם תּלמיד זײַנע פּערזענלעכע שטרעבונגען; אַ קריטיש, וויסנשאַפֿטלעך דענקען, און אַן אָפּטימאַלע אינטעגראַציע פֿון דעם וויסן וואָס ער האָט אָנגעקליבן דורך לימוד און דערפֿאַרונג.

דער נאַצישער דערציִונגס־צוגאַנג האָט אָפּגעוואָרפֿן די אידעע פֿון דער אינטעגראַציע פֿון וויסן און באַשטימט, אַז זי פֿאַרשוואַכט דעם תּלמידס גײַסט. לויט די נאַציס סטימולירט און קולטיווירט דער דאָזיקער צוגאַנג אַן איין־דימענסיאָנאַלן אינטעלעקטואַליזם, וואָס ווערט דער עיקר באַאײַנפֿלוסט פֿון אַ ייִדיש־באָלשעוויסטישן גײַסט. דאָס קריטיש־אינטעגראַטיווע, „ייִדישע” דענקען איז פֿאַרביטן געוואָרן דורך אַ דערציִונגס־פּרינציפּ, וואָס האָט אַוועקגעשטעלט אין צענטער די נויטווענדיקייט, זיך אָנצונעמען מיטן גײַסט פֿון „דער נאַציאָנאַלער קהילה”. יעדע דערציִערישע טעטיקייט האָט דעריבער געמוזט בלײַבן אויף איין דרך, וואָס האָט נישט דערפֿירט צו קיין אינטעלעקטואַליזם מיט ברייטע און פֿאַרצווײַגטע פּערספּעקטיוון, נאָר צו אַ וועלטבאַנעם, וואָס האָט גורם געווען, אַז אַלע אינעווייניקסטע קאָנפֿליקטן זאָלן זיך אָנשטויסן אין אַ פֿאַרמאַכטער אינטעלעקטועלער סטרוקטור, וואָס איז געווען אין פֿולן אײַנקלאַנג מיט די אינטערעסן פֿון דער נאַציאָנאַלער קהילה.

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/201687/op-ed-will-pluralism-be-crushed-in-israeli-school/?p=all#ixzz4VUTYuf00

Deja tu Comentario

A fin de garantizar un intercambio de opiniones respetuoso e interesante, DiarioJudio.com se reserva el derecho a eliminar todos aquellos comentarios que puedan ser considerados difamatorios, vejatorios, insultantes, injuriantes o contrarios a las leyes a estas condiciones. Los comentarios no reflejan la opinión de DiarioJudio.com, sino la de los internautas, y son ellos los únicos responsables de las opiniones vertidas. No se admitirán comentarios con contenido racista, sexista, homófobo, discriminatorio por identidad de género o que insulten a las personas por su nacionalidad, sexo, religión, edad o cualquier tipo de discapacidad física o mental.


El tamaño máximo de subida de archivos: 300 MB. Puedes subir: imagen, audio, vídeo, documento, hoja de cálculo, interactivo, texto, archivo, código, otra. Los enlaces a YouTube, Facebook, Twitter y otros servicios insertados en el texto del comentario se incrustarán automáticamente. Suelta el archivo aquí

Artículos Relacionados: