Un nuevo comienzo en Chabad Bombay

Por:
- - Visto 229 veces

דעם פֿאַרגאַנגענעם חודש האָט זיך ווידער געעפֿנט דאָס חב״ד־הויז אין מומבײַ, אינדיע — אַ בנין, וואָס איז אין אָט דער שטאָט באַקאַנט מיטן נאָמען „נאַרימאַן־הויז‟.

צופֿעליק בין איך געווען אַן עדות פֿונעם נײַעם עטאַפּ אין דער באַציִונג צווישן ייִדן און אינדיער. ס׳איז געווען מער ווי פֿינעף מיט אַ האַלב יאָר צוריק, דעם 26סטן נאָוועמבער 2008, אינעם אַמעריקאַנער „דאַנקטאָג‟, ווען דער בנין האָט זיך אַנטפּלעקט פֿאַר דער וועלט אין טראַגישע אומשטאַנדן. אַ גרופּע פּאַקיסטאַנער טעראָריסטן האָבן זיך מיט גוואַלד אַרײַנגעריסן אינעם בנין און פֿאַרכאַפּט דעם חב״ד־שליח הרבֿ האָלצבערג און זײַן פֿרוי, צוזאַמען מיט אַנדערע ייִדן, וואָס זענען דעמאָלט געווען אינעם בנין. די טעראָריסטן האָבן אומגעבראַכט אַלע זעקס ייִדישע נפֿשות. דעם זעלבן טאָג האָבן אַנדערע טעראָריסטן פֿונעם זעלבן קעמערל געהרגעט 158 אומשולדיקע מענטשן — הינדוס, קריסטן און מוסולמענער — אין פֿאַרשיידענע ערטער פֿון מומבײַ.

דעם פֿריִערדיקן זומער בין איך, מיט מײַן טאָכטער מינע, געהאַט געווען צו גאַסט בײַ הרבֿ גבֿריאל (גאַבי) האָלצבערג און זײַן רביצין רבֿקי. איך האָב זייער וואַרעמע זכרונות פֿון אָט דעם וויזיט, בפֿרט צוליב הרבֿ האָלצבערגס היימישן און אָפֿענעם אויפֿפֿיר מיט אַלעמען, מיט וועלכע ער איז געקומען אין קאָנטאַקט — ייִדן צי נישט־ייִדן. מײַן צווייטער קאָנטאַקט מיטן „נאַרימאַן־הויז‟, נאָך דעם וויזיט, איז געווען פֿון מעבֿר־לים. אין דער נאַכט פֿונעם טעראָריסטישן אָנפֿאַל האָט חב״ד זיך געשטעלט אין קאָנטאַקט מיט מיר, כּדי אַרויסצוהעלפֿן זיי ווי אַן איבערזעצער. ווען מע האָט פֿון אַמעריקע אָנגעקלונגען צו ר׳ גבֿריאלן האָט איינער פֿון די טעראָריסטן אויפֿגעהויבן דאָס טרײַבל. מע האָט געוואָלט פּרוּוון איבערצײַגן די טעראָריסטן זיי זאָלן באַפֿרײַען די ייִדישע געפֿאַנגענע. צום באַדויערן, האָט מען אָבער נישט מצליח געווען, און די מעשׂה האָט זיך פֿאַרענדיקט טראַגיש.


אַכט חדשים נאָך דעם שוידערלעכן אינצידענט, זומער 2009, בין איך ווידער געווען אין מומבײַ. איך בין געפֿאָרן אין דער געגנט פֿון „נאַרימאַן־הויז‟, און האָב צום ערשטן מאָל, מיט די אייגענע אויגן, געזען דאָס אָרט, וווּ די טעראָריסטן האָבן זיך אַרײַנגעבראָכן, און דערשאָסן דעם רבֿ און זײַן רביצין. מע האָט מיר אויך אָנגעוויזן אויפֿן באַלקאָן אַקעגן איבער דער גאַס, וווּ אַן אַלט מוסולמעניש פּאָרפֿאָלק האָט געזען, ווי די טעראָריסטן האָבן די ייִדן אומברחמנותדיק געפּײַניקט.

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/181866/a-new-beginning-at-chabad-mumbai/?p=all#ixzz3EpkN2HxW

Acerca de Central de Noticias Diario Judío

Noticias, Reportajes, Cobertura de Eventos por nuestro staff editorial, así como artículos recibidos por la redacción para ser republicados en este medio.

Deja tu Comentario

A fin de garantizar un intercambio de opiniones respetuoso e interesante, DiarioJudio.com se reserva el derecho a eliminar todos aquellos comentarios que puedan ser considerados difamatorios, vejatorios, insultantes, injuriantes o contrarios a las leyes a estas condiciones. Los comentarios no reflejan la opinión de DiarioJudio.com, sino la de los internautas, y son ellos los únicos responsables de las opiniones vertidas. No se admitirán comentarios con contenido racista, sexista, homófobo, discriminatorio por identidad de género o que insulten a las personas por su nacionalidad, sexo, religión, edad o cualquier tipo de discapacidad física o mental.


El tamaño máximo de subida de archivos: 300 MB. Puedes subir: imagen, audio, vídeo, documento, hoja de cálculo, interactivo, texto, archivo, código, otra. Los enlaces a YouTube, Facebook, Twitter y otros servicios insertados en el texto del comentario se incrustarán automáticamente. Suelta el archivo aquí

Artículos Relacionados: