Una casa con miles de libros

Por:
- - Visto 1087 veces

שמעון אַבראַמסקיס הױז אין לאָנדאָן איז געװען אַ באַקאַנטער טרעפֿפּונקט פֿאַר צװײ מינים אינטעליגענץ. אין משך פֿון העכער װי אַ צענדליק יאָר האָבן אַבראַמסקי און זײַן פֿרױ מרים געהאַלטן בײַ זיך אַ מין קאָמוניסטישן סאַלאָן. שפּעטער, װען די בעלי־בתּים האָבן זיך אַנטױשט אין דעם סאָװעטישן נוסח פֿון קאָמוניזם און פֿאַרלאָזט די בריטישע קאָמוניסטישע פּאַרטײ, איז זײער הױז געװאָרן אַ מאַגנעט פֿאַר פֿאָרשער פֿון ייִדישע שטודיעס. די אַבראַמסקיס האָבן מיט זיך פֿאַרקערפּערט דעם מערקװירדיקן צונויפֿשמעלץ פֿון ייִדישקײט און קאָמוניזם, װאָס איז געװען ניט קײן זעלטנקײט אין אײראָפּע און אַמעריקע אין דער ערשטער העלפֿט פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט.

די לעבנס־געשיכטע פֿון שמעון אַבראַמסקי פֿאַרמאָגט אַ רײַכן שטאָף פֿאַר אַ געשפּאַנטן ראָמאַן. אַ זון פֿונעם באַרימטן רבֿ, ר׳ יחזקאל אַבראַמסקי, װאָס האָט לאַנגע יאָרן געדינט װי דער לאָנדאָנער אָבֿ־בית־דין, איז שמעון געגאַנגען אויף אַן אַנדערן װעג און איז געװאָרן אַ פֿאַרברענטער קאָמוניסט. אַזאַ מין אידעאָלאָגישער קער איז ניט געװען קײן יוצא־דופֿן אין אָנהײב 20סטן יאָרהונדערט, װען אַ היפּשע צאָל פֿרומע בחורים זײַנען צוגעשטאַנען צו ראַדיקאַלע באַװעגונגען פֿון פֿאַרשידענע שאַטירונגען.

אַבראַמסקיס פֿאַל איז אָבער װײַט ניט קײן טיפּישער. נאָך דער אָקטאָבער־רעװאָלוציע איז זײַן פֿאָטער פֿאַרבליבן אין סאָװעט־רוסלאַנד, וווּ ער האָט זיך קונה־שם געװען װי אײנער פֿון די גרעסטע רבנים. די סאָװעטישע מאַכט האָט אים אַרעסטירט און פֿאַרשיקט קײן סיביר. נאָך שװערע באַמיִונגען אין די הױכע פֿענצטער האָט מען, סוף־כּל־סוף, געלאָזט דער משפּחה אַבראַמסקי צו פֿאַרלאָזן סאָװעטן־פֿאַרבאַנד, הגם צװײ דערװאַקסענע זין זײַנען פֿאַרבליבן אין רוסלאַנד. ר׳ אַבראַמסקי האָט זיך באַזעצט אין לאָנדאָן. ניט געקוקט אױף דער ביטערער סאָװעטישער דערפֿאַרונג פֿון זײַנע עלטערן, האָט דער יונגער שמעון ניט פֿאַרלױרן זײַן אמונה אין דעם קאָמוניסטישן חלום. אין הסכּם מיט דער אָפֿיציעלער סאָװעטישער פּאַרטײ־ליניע האָט ער געגלייבט, אַז זײַן טאַטע האָט געליטן פֿאַר זײַנע „רעאַקציאָנער־קלעריקאַלע‟ אָנזיכטן, בעת דאָס סאָװעטישע לאַנד איז געװען פֿרײַ פֿון אַנטיסעמיטיזם. ביז 1956 איז אַבראַמסקי פֿאַרבליבן געטרײַ דער קאָמוניסטישער אידעאָלאָגיע, אָבער די סאָװעטישע אינװאַזיע אין אונגאַרן האָט אים געעפֿנט די אױגן אױף דעם אמת פֿון דער סאָװעטישער סיסטעם.


מען קאָן שרײַבן אַ ביאָגראַפֿיע אױף פֿאַרשידענע אופֿנים. סאַשע אַבראַמסקי האָט באַשלאָסן צו באַשרײַבן דאָס לעבן פֿון זײַן זײדן שמעון דורך דעם אינהאַלט פֿון זײַן הױז. װי אַ קינד, האָט ער פֿאַרבראַכט אינעם דאָזיקן הױז אַ סך צײַט, און יעדער צימער האָט פֿאַר אים אַן אײגנאַרטיקן זין. שפּעטער האָט ער זיך גענומען אױסצופֿאָרשן זײַן זײדנס אידעיִשע גלגולים און אינטעלעקטועלע סבֿיבֿות, און זיך בהדרגה באַקענט מיט זײַן ריזיקער ביבליאָטעק.

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/186973/a-house-of-thousands-of-books/?p=all#ixzz3XPXhDw74

Acerca de Central de Noticias Diario Judío

Noticias, Reportajes, Cobertura de Eventos por nuestro staff editorial, así como artículos recibidos por la redacción para ser republicados en este medio.

Deja tu Comentario

A fin de garantizar un intercambio de opiniones respetuoso e interesante, DiarioJudio.com se reserva el derecho a eliminar todos aquellos comentarios que puedan ser considerados difamatorios, vejatorios, insultantes, injuriantes o contrarios a las leyes a estas condiciones. Los comentarios no reflejan la opinión de DiarioJudio.com, sino la de los internautas, y son ellos los únicos responsables de las opiniones vertidas. No se admitirán comentarios con contenido racista, sexista, homófobo, discriminatorio por identidad de género o que insulten a las personas por su nacionalidad, sexo, religión, edad o cualquier tipo de discapacidad física o mental.


El tamaño máximo de subida de archivos: 300 MB. Puedes subir: imagen, audio, vídeo, documento, hoja de cálculo, interactivo, texto, archivo, código, otra. Los enlaces a YouTube, Facebook, Twitter y otros servicios insertados en el texto del comentario se incrustarán automáticamente. Suelta el archivo aquí

Artículos Relacionados: