Una visita al pasado de la famosa 3ra. Avenida de Nueva York

Por:
- - Visto 900 veces

אמאל איז געווען א וועלט! מיט א וואך צוריק האבן מיר געדארפט מאכן אן אומוועג, בכדי זיך ניט צו פארשפעטיקן צו א ראנדעוואו אין אוניווערסיטעט “פארדהאם” אין די בראנקס. אונזער חברה איז געפארן בשעת דער הויפט-פארקער-צייט פון מאנהאטן אין די בראנקס. דער פארקער איז געווען א געדיכטער און מיר זיינען געבליבן שטעקן אין א פארקער-פארשטאפונג.

איין מיטארבעטער האט אונ טערריכט דעם פירער ווי אזוי צו פארן מיט אן אנדער וועג, כדי צו פארקירצן די רייזע און אנקומען פינקטלעך. “ווען איר פארט-אראפ
פון דער בריק, פארט ניט מיטן שאסיי נאר מיטן,קאנקורס’. איר’ט פארן דירעקט און פריי ביז,פאר דהאם ראוד'”, האט משה לעווין איבערגעגעבן דעם שאפער.
דער פארקער איז אבער געווען א געוואלדיקער און פארן מיטן,קאנקורס’ איז געווען אוממעג לעך. נאך אמאל האט דער טרייבער אנגעלייגט וועג און איז געפארן מיט דער דריטער אוועניו אזוי ווי ר’ משה האט פארלאנגט.


מיר האבן זיך געפונען אין די טרויעריק-בארימטע זיד-בראנקס, וואו אין די 70ער און 80ער יארן זיינען געווען נאר ליידיקע פעלדער און גאסן אן שום געביידעס, נאר די רעשטלעך און ברוכ טיילן פון צעשטערטע און אונטערגעצונדענע בנינים. גרויסע עלעגאנטע הייזער און אפארטאמענטן זיינען אמאל געשטאנען אויף די דאזיקע גאסן. כוליגאנעס האבן אין יענע יארן אונטערגעצונדן א היפשן טייל פון דעם קרייז. היינט-צו-טאג שטעלט מען זיך גארניט פאר, אז ס’זאל אמאל געווען בליען און גליען אזא עלעגאנץ אין די קאנטן.

מיר זיינען דורכגעפארן די דרום-בראנקס. די רייזע האט זיך אבער פארוואנדלט אין א שפאציר אין דער פארגאנגענהייט פאר א פאר מיטאבעטער, וואס פלעגן וואוינען ניט ווייט פון דער דריטער אוועניו, אז זי איז געווען דער איינקויפס-צענטער פון די בראנקס. דארט זיינען אמאל געשטאנען עלעגאנטע געוועלבער און געשעפטן, באקאליינעס, פריזירערייען און גאלאנטעריעס. אויף דער דריטער אוועניו האט אמאל עקזיסטירט אויך א הויכבאן, וואס אירע רעלסן האבן זיך געצויגן פון די בראנקס דורך מאנהאטן ביז ברוקלין.מיר האבן זיך דערמאנט אין די אמאליקע יארן, ווען די פרויען האבן געטראגן היט מיט ווייסע הענטשקעס און די מענער יאקן מיט קראוואטן.

אונזער שפאציר אין דער פארגאנגענהייט און דערינערונגען האבן זיך געמאכט פאר אן אינטער עסאנט מעשהלע, וואס מיר האבן דערציילט ביי אונזער ראנדעוואו אין אוניווערסיטעט “פארדהאם”. די יונגע חברה האבן מיר פארכישופט מיט דעם מעשהלע.

איבעריקנס, מיר זיינען צוגעפארן בייצייטנס צו די טויערן פונעם אוניווערסיטעט!א

Deja tu Comentario

A fin de garantizar un intercambio de opiniones respetuoso e interesante, DiarioJudio.com se reserva el derecho a eliminar todos aquellos comentarios que puedan ser considerados difamatorios, vejatorios, insultantes, injuriantes o contrarios a las leyes a estas condiciones. Los comentarios no reflejan la opinión de DiarioJudio.com, sino la de los internautas, y son ellos los únicos responsables de las opiniones vertidas. No se admitirán comentarios con contenido racista, sexista, homófobo, discriminatorio por identidad de género o que insulten a las personas por su nacionalidad, sexo, religión, edad o cualquier tipo de discapacidad física o mental.


El tamaño máximo de subida de archivos: 300 MB. Puedes subir: imagen, audio, vídeo, documento, hoja de cálculo, interactivo, texto, archivo, código, otra. Los enlaces a YouTube, Facebook, Twitter y otros servicios insertados en el texto del comentario se incrustarán automáticamente. Suelta el archivo aquí

Artículos Relacionados: